װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.46.0-wmf.23
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
מרדכי בן דוד
0
2664
600533
592923
2026-04-12T07:58:33Z
~2026-22453-73
60886
מיכאל שניצלער
600533
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
{{אישיות}}<!--
{{מוזיקאנט
|נאמען=מרדכי בן דוד
|בילד=Mordechy_ben-david.jpg
|קעפל=מיטן מיקראפֿאן אין האַנט
|זשאנער=[[חסידישע מוזיק]]|
}}-->
'''מרדכי ווערדיגער''' (געב׳ [[י' ניסן]] [[ה'תשי"א]]) אדער רבי '''מרדכי בן דוד''' איז א לאנגיאריגער פאפולערע [[זינגער]] וואס ווערט אנגערופן מיטן טיטל אלס '''דער קעניג פון דער אידישער מוזיק''' פונעם היינטיגן דור, און ער האט שוין ארויסגעגעבן איבער 40 אלבאמען, וועלכע זענען ברייט באקאנט איבער דער וועלט, און ער האט שוין דורכאויס זיין קאריערע אויפגעטרעטן ביי די גרעסטע אידישע קאנצערטן.
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן [[י' ניסן]] [[ה'תשי"א]] צו זיין טאטע דער לעגענדארער [[חזנות|חזן]] [[דוד ווערדיגער|אלטער דוד יצחק ווערדיגער]].
ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין די פריערע [[ה'תש"ל|תש"ל]] יארן, ווען עס איז נאך כמעט נישט געווען קיין חרדישע [[זינגער]] און מוזיקאנטן, בלויז ממש געציילטע ווי [[בן-ציון שענקער|בנציון שענקער]] און [[שלמה קארליבאך|שלמה קארילבאך]]. מיט רבי מיכאל שניצלער זצ"ל
ער האט זיך דאן א נאמען געגעבן <nowiki>'מרדכי בן דוד''</nowiki> וויבאלד מענטשן זאלן פארשטיין אז ער איז א זון פון זיין טאטע וועלכע איז שוין דאן געווען א בארימטער חזן.
דורכאויס זיין רייכער קאריערע האט מרדכי בן דוד געארבעט מיט די גרעסטע אידישע קאמפאזיטארן ווי [[יאסי גרין]], ברוך חיות, און עיבי ראטנבערג, און נאך. זיינע אלבאמען זענען אראנזשירט געווארן דורך די ריזן פון אידישע מוזיק, ווי מאנא ראזנבלום, ישראל לאם, משה לויפער, סוקי בערי, און נאך פילע, און דאס האט געמאכט זיינע אלבאמען פאר א חידוש אין יענער צייט.
ער וואוינט אין [[סי געיט]], [[ברוקלין]], און איז באקאנט איבעראל אין דער חסידישער וועלט פון די גרעסטע זינגערס מיט זייער א שיינעם, הארציגן קול, זיין גרעסטע מעלה איז דאס וואס ער קען זינגען מיט הארץ און נשמה אויף א וועג וואס באנעמט אלע צוהערער.
ער איז געווען א גרויסער אנהענגער פונעם ריבניצער רבין רבי [[חיים זאנוויל אבראמאוויטש]]. ער האט אים מהנה געווען און אויסגעהאלטן זיין שטוב, אין די לעצטע יארן פלעגט ער א סך זינגען פאר אים, נאך זיין פטירה האט ער ארויסגעגעבן א ניגון 'אוי רבי' וואו ער זינגט מיט בענקשאפט צו זיין גרויסן רבי׳ן, און ער ברענגט דארט א תנועה פונעם ריבניצער וועלכע איז געווארן גאר פארשפרייט און פאפולער איבער דער וועלט.
היינט איז ער א חסיד פונעם ברעסלאווער מנהיג, הרב [[יצחק מאיר מארגנשטערן]] פון ארץ ישראל.
==זיינע אלבוימען ==
* מרדכי בן דוד ורדיגר שר
* הנני
* משיח במהרה יבוא
* אוהבי השם
* איך האב געווארט (אידיש) (דער אלבאם איז איבערגעזונגען פון ר' [[יום טוב עהרליך]], מיט זעלבסט אייגענעם געשמאק).
* חיים בירושלים
* וביום השבת
* וכל החיים
* ובאו האובדים
* כולנו יחד
* מעגל השנה
* הנני
* וכל מאמינים
* נשמה
* Let my People Go (ענגליש)
* סימן טוב
* אני מאמין
* זכרונות
* רק שבת אחת
* ירושלים לא למכירה (Yerushalayim Is not for sale)
* מהרה יבנה המקדש
* האלבום הכפול
* משיח
* תמיד בשמחה
* אין עוד מלבדו
* ניגוני בית אבא
* לולא תורתך
* מאמינים בני מאמינים
* קומזיץ
* עד מתי (3 לידער)
* אפשר לתקן (תשס"ו)
* דאס אידיש זאמלונג" (The Yiddish Collection)
* [http://www.youtube.com/watch?v=FVwGKo2pOmc יידן קומט אהיים]
* כיסופים (אינאיינעם מיט [[שירה (קאפעליע)|שירה]] כאור)
* צעקה
* השפעות (ניגוני ר' משה יחזקי' ווייס)
== וועבלינק ==
[http://video.google.com/videoplay?docid=-7930717167131910929 ווידעא קליפ ווי ער בעט זיך מען זאל נישט קאפירן קיין ניגונים נאר צאלן געלט דערפאר] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070310200307/http://video.google.com/videoplay?docid=-7930717167131910929 |date=2007-03-10 }}
[[קאַטעגאָריע:פרומע זינגערס]]
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך זינגערס]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע ניגונים קאסעטעס]]
mu0htcnwkazt2nn309yiyjhxze2e5vs
יואל לעבאוויטש
0
8114
600532
598105
2026-04-12T07:51:57Z
~2026-22453-73
60886
מוסיף געווען איבער די טעגליכע חק שיעור
600532
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
{{אישיות}}
'''יואל לעבאוויטש''' איז א באקאנטע [[קאמיקער]], [[אקטיאר]], [[זינגער]], [[מאדעלינג|מאדעל]], אין [[ניו יארק]]. ער איז דער יונגסטער קינד פונעם [[יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש|ניקלשבורגער רבי]]'ן (פון זיין ערשטער רעבעצין).
לעבאוויטש איז א אינגערמאן וואס גייט ארום משמח זיין מיט זיין ספעציעלן [[הומאר]] און מיט זינגען אלטע ײדישע לידער ביי שמחות און פארשידענע געלעגנהייטן. אויך פארט ער ארום צו צובראכענע אידן און קינדער.
לעבאוויטש קען מען הערן אױפטרעטן אויף דער [[בינע]] מיט די גרעסטע חסידישע מוזיקאלישע אין הומאריסטישע שטערן'עס, צװישן אנדערע מיטען "יארמער רב" [[יעקב מילער]], [[ליפא שמעלצער]], [[מרדכי בן דוד]], [[אברהם פריד]], ר' מיכאל שניצלער זצ"ל אין נאך.
אנהייב יאר תשפ"ו איז רבי יואל לעבאוויטש ארויס מיט א שיעור חק לישראל גערופן "[https://youtube.com/@rebyoelylebovits?si=MOsLuiymKFmsyHqL חק לרבי יואל] עס ווערט ארויסגעלייגט יעדן טאג אויף 15 פלאטפארמעס. אין אויס געהערט ביי 10,000 אידן א טאג
== ביאגראפיע ==
לעבאוויטש איז געבוירן כ"ח תמוז תשל"ט צו רבי [[מיכל לעבאוויטש|יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש]] ניקלשבורגער רבי'ן און זיין ברית איז ערשט פארגעקומען כ"ו אב אין [[מונקאטש (הויף)|מונקאטש]]ע [[קעמפ]] וואו זיין טאטע איז דאן געווען מנהל. ער איז גערופן געווארן יואל, דער ערשטער נאך [[יואל טייטלבוים|סאטמאר רב]]'ס פטירה. ער איז אויפגעצויגן געווארן אין [[וויליאמסבורג]] אין [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] אלע זיינע יארן, און זיך אריבערגעצויגן קיין [[מאנסי]] נאך דער [[חתונה]].
געלערנט האט ער אין [[לאנדאן]] ביי רבי [[מאיר שלעזינגער]], היינט אין [[מאנסי]], און ער איז מקושר מיט אים ביז היינט.
זיין בילד איז ערשינען אויפן הויפּט בלאַט פון דער אידישער אויסגאבע [[דער בליק]], ווי אויך אין דער צײטונג [[המודיע]] און [[ידיעות אחרונות]] מיט אַ פולן אַרטיקל איבער זײנע װערק.
ער דרייט זיך אפט אין די בית המדרש [[אור חיים]] 18 פארשעי, די בית המדרש פון [[לואי שיינער]].
[[ראש השנה]] דאווענט ער מוסף פארן עמוד אין דער גרויסער טאהשער בית המדרש אין [[אומאן]] וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך לואי שיינער, ער דאווענט זייער ווארעם און מענטשן האבן אים זייער ליב צו הערן.
[[יום כיפור]] דאווענט ער פארן עמוד אין בית המדרש [[היכל שלמה]] אין [[ירושלים]].
==קאסעטעס==
לעבאוויטש האט שוין ארויסגעגעבן צוויי קאסעטעס אויפן סטיל פון הומאר, איינע - מיין געלע באס, די צווייטע - בונדאש, וואס איז צעכאפט געווארן צווישן דעם דארשטיגן ציבור אויפן נאטורליכע [[הומאר]] און קאמעדיע.
אויף דער צווייטער [[קאסעטע]] האט ער צוגענומען זיינע פריינד פון הומאר און [[קאמעדיע]], [[מנשה לוסטיג]] און [[וועלוול גאלדשטיין]] (דער "כאצאצקע רבי"), וואס זענען היינט אין דער חרדישער וועלט באקאנטע פיגורן אינעם באנייעטן הומאר, אויפן היימישן שטייגער.
==אידישע שפילן==
לעבאוויטש האט געשפילט שמש הקהל און בעל קורא אויף דער [[אידישע שפיל|אידישער שפיל]] המלאך הגואל דירעקטירט דורך לעבאוויטש'ס בריודער.
==וועבלינקען==
*[http://www.badchen.com בדחן.קאם] (לעבאוויטש'נס וועבזייטל)
{{גרונטסארטיר:לעבאוויטש}}
[[קאַטעגאָריע:בדחנים]]
[[קאַטעגאָריע:יידיש שפראך זינגערס]]
[[קאטעגאריע:חרדישע הומאריסטן]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
qd8jrrpd44nf0f9dzennez98m03k2tw
ספר יהושע
0
23349
600530
600518
2026-04-11T18:42:39Z
פוילישער
339
600530
wikitext
text/x-wiki
'''ספר יהושע''' איז דער ערשטער ספר פֿון די (אַכט ספרים פֿון) נביאים אין [[תנ"ך]]. דער [[ספר]] באַשרײַבט ווי די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין [[ארץ ישראל]], פֿון ווען זיי זענען ארײַן ביז צום טויט פֿון [[יהושע בן נון]], וואָס איז געווען דער מנהיג פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק נאָך דער פטירה פֿון [[משה רבנו]].
== אינהאלט פון ספר ==
דער ספר פארציילט די געשיכטע פונעם יידישן פאלק פון דער פטירה פון מות משה רבנו ביז יהושע'ס פטירה. מ'קען טיילן דעם ספר אויף פיר חלקים:
* פרקים א'-ה': דאס יידישע פאלק איז אריין אין ארץ ישראל און גרייט זיך איינצונעמען דאס לאנד.
* פרקים ו'-י"ב: דער נצחון פון די יידן איבער די כנענים.
* פרקים י"ג-כ"א: [[ארץ ישראל]] ווערט צעטיילט צווישן די [[שבט]]ים.
* פרקים כ"ב-כ"ד: דער סוף פון יהושע'ס לעבן.
אינעם ספר זענען דא 655 פסוקים. לויטן גוישן טייטש פון תנ"ך ווערט דאס צעטיילט אויף 24 [[קאפיטל]]עך.
== וועגן דעם ספר ==
[[חז"ל]] זאגן אז יהושע האט געשריבן דעם ספר אליין.
די [[שומרוינער]] (כותים) גלויבן בלויז אין דער [[תורה]] און אין ספר יהושע.
{{ספרים אין תנ"ך}}
[[קאַטעגאָריע:ספרי נביאים|יהושע]]
0743jid90vcbnbwaxgi02okvhd7fchl
דעלאטין
0
35386
600531
596930
2026-04-11T21:56:52Z
InternetArchiveBot
40859
Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5
600531
wikitext
text/x-wiki
{{יישוב
|נאמען= דעלאַטין
|סארט יישוב= שטעטל
|אמטשפראך נאמען= Делятин
|הערב= UKR Delatyn COA.svg
|פאן=
|בילד= Делятин-2.jpg
|באשרייבונג=
|מדינה= {{פאן אוקראינע}}
|אפטייל טיפ= [[אבלאסט]]
|אפטייל נאמען= [[סטאניסלאווער אבלאסט|סטאניסלאוו]]
|געביט=
|ראיאן= [[נאדווארנער ראיאן|נאדווארנע]]
|דיסטריקט=
|בירגערמייסטער=
|גובערנאטאר=
|טיפ אונטעראפטייל=
|דיסטריקטן אין ראיאן=
|שטעט אין ראיאן=
|ראיאן הויפטשטאט=
|מוטערשטאט=
|אפיציעלע שפראך=
|שטח= 10.28
|הייך=
|גרינדונג דאטע=
|באפעלקערונג= 8213<ref>http://db.ukrcensus.gov.ua/PXWEB2007/ukr/publ_new1/2022/zb_Сhuselnist.pdf</ref>
|באפעלקערונג יאר= 2022
|באפעלקערונג הערה=
|מטרופולין=
|הערת מטרופולין=
|צפיפות=
|קאארדינאטן= {{coord|48|32|N|24|38|E|region:UA_type:city|display=inline,title}}
|צייט זאנע=
|אתר אינטרנט=
|מאפע=
|פרטימדיקע מאפע=
|סטאטיסטיק=
}}
'''דעלאַטין''' ({{שפראך-uk|Делятин}}) איז א שטעטל אויפן [[פרוט]] טייך אין נאדווארנער ראיאן, [[אוקראינע]], 101 ק"מ מערב פון [[טשערנאוויץ]]. פון 1772 ביז 1918 איז דער געגנט געווען אין מזרח [[גאליציע]].
== היסטאריע ==
אין דעם [[15טער י"ה|15טן יארהונדערט]] איז דעלאטין, מיט גאנץ [[רויטע רוטעניע|רויטער רוטעניע]], געווארן א טייל פון [[פוילן]]. אין 1772 האט [[עסטרייך]] גענומען דעם גאנצן ראיאן פון פוילן און געגעבן אים דעם נאמען גאליציע. נאכן [[ערשטן וועלט קריג]] איז דעלאטין אריין אין דער [[צווייטע פוילישע רעפובליק|צווייטער פוילישער רעפובליק]]. דעלאטין איז איינגענומען דורך דער [[רויטע ארמיי|רויטער ארמיי]] סעפטעמבער 1939, אין אנהייב פונעם [[צווייטן וועלט קריג]].
די דייטשן זענען אריינגעקומען אין יאנואר 1941 און אריינגשטעלט אלע יודן אין וואלד, און במשך דריי טעג האבן זיי אלע אויסגעשאסן הי"ד. אן אלטיטשקע פארציילט דארט אז זי האט נאך אלץ שלאפלאזע נעכט ווען די דערמאנט זיך די יאמערליכע קולות וואס מ'האט ארויסגעהערט פון וואלד במשך יענע ביטערע טעג, און די קולות פון די שיסערייען ה"י.
די סאוועטן האבן געשטעלט דאס שטעטל אין דער אוקראינישער סאוועטן רעפובליק. היינט איז דעלאטין אין אוקראינע.
== יידישע געמיינדע ==
דעלאטין איז געווען פאר דעם [[צווייטער וועלט קריג|קריג]] אן עיר ואם בישראל, ווי די ארגאניזאציע [[אבותינו]] (וואס גיט זיך אפ מיט איבערבויען בתי חיים אין [[אייראפע]]) איז מעיד, איז דאס די צווייט גרעסטע בית החיים וואס זיי האבן דערווייל געזען מיט אזוי פיל אידישע קברים, ווי צווישען אנדערע ליגט דארט רבי [[נחום מרדכי פרידמאן]], א רעכטער אייניקל פועם [[ישראל פון רוזשין|רוזשינער]] זי"ע, וואס דאס ווארפט א שטיקל בילד וואס פארא חשוב אידיש שטעטל דאס איז געווען בעפארן קריג.
דאס שטעטל דעלאטין געפינט זיך אויף א בארג, וואס איז גאנץ לופטיג אין די זומער חדשים וואס אחוץ די אידן וואס האבן געוואוינט דארט א גאנץ יאר, פלעגט דאס ארויסברענגען אידישע משפחות פארוויילן דארט אין דעם זומער.<ref>ווי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט פארציילן אז זיין פאטער פלעגט ארויספארען יעדן זומער וויילן דארט בערך 6 וואכן.</ref>
עס האט זיך געפונען אין דעלאטין אסאך קלויזן פון פארשידענע קרייזן, אבער רוב רובו פון שטעטל זענען געווען [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשויווער]] חסידים, ממילא האבן זיי אויפגענומען פארן שטאטס רב רבי נפתלי עהרליך, וואס ער איז געווען אן אייניקל פונעם עטרת צבי, און ער האט געדינט אלס שטאטס רב פאר כמעט א יובל יארן ביז ממש דעם ביטערן חורבן.
דער דעלאטינער רב זצ"ל איז נסתלק געווארן ה' שבט תש"א, אבער עס איז שוין גרויסע צרות דאן אין שטעטל, האבן די חברה קדישא געמוזט אים באהאלטן אין ביה"ח אינמיטן דער נאכט אין די פינסטערניש, ווי די ימ"ש זאלן נישט מערקן וואס קימט פאר, ווי אויך איז אנוועזענד געווען זיין זון הרה"צ שלמה יעקב זצ"ל, וואס איז צוריקגעקומען נאכן קריג לייגן אן אנדענק פארן גרויסן פאטער, אבער האט זיך בשום אופן נישט געקענט דערמאנען דעם גענויעם מקום מנוחתו.
דעלאטין איז ווי אלע גרעסערע שטעטלעך פארן קריג אנגעהויבן אריינבלאזן פרייע ווינטן, אבער דער רב איז געשטאנען פעלזן פעסט און געקריגט מיט זיי טריט און שריט.
היינט צוטאג איז ליידער נישט געבליבן קיין זכר פון אידישקייט אין שטעטל, אחוץ דער גרויסער אידישער בית החיים ווי אויבן דערמאנט, און א פלא אז די דייטשן האבן דאס נישט חרוב געמאכט.{{הערה|קען זיין ווייל עס איז ביים עק פון שטאט אויף א הויכן בארג האבן זיי נישט באמערקט}}
בערל נחום לינדנבערג פון ארץ ישראל, א יליד דעלאטין און א תלמיד פונעם רב'ס ישיבה אין דעלאטין, איז אהין געפארן מיט יארן צוריק, און פרובירט צו טרעפן עפעס איבערבלעבענישן פון אמאל, און באוויינט ביטער וואס פאר א חורבן ער האט דארט געפונען. זיין זון ווילי לינדווער, א פילם פראדוצירער, איז מיטגעפארן און דאן פארפאסט דעם פילם ''צוריק אין מיין שטעטל דעלאטין'' (''Return to My Shtetl Delatyn'') ווי ער האט פארקויפט הונדערעטער עקזעמפלארן ביז עס איז אויסגעגאנגען.<ref>{{Citation |title=ווילי לינדווער וועבזייטל |url=http://www.willylindwer.com/library/return_to_my_shtetl_delatyn.htm |access-date=2010-12-22 |archivedate=2012-02-07 |archiveurl=https://web.archive.org/web/20120207023813/http://www.willylindwer.com/library/return_to_my_shtetl_delatyn.htm |deadurl=yes }}</ref>
אין תחילת תש"ך יארן איז פארגעקומען א גרויסע קאנווענטשן פון ילידי דעלאטין, איבערשמועסן זכרונות פון אמאל און זיך ווידער צוזאמענגעקומען, אבער דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט.
עס געפונען זיך היינט איבער דער וועלט פילע אייניקלעך פון אידן וואס האבן געוואוינט אין דעלאטין, ווי אויך פונעם רב איז געבליבן אסאך אייניקלעך, פון זיין זון הרה"ק ר' לייבוש פון [[בערעגסאז]] זצ"ל איז איבערגעבליבן איין מיידל מרת עטל מערמעלשטיין ע"ה וואס האט וואונדערלעך איבערגעלעבט דעם קריג און דערנאך אויפגעשטעלט א משפחה לשם ולתפארת, און זיין טאכטער הרבנית שרה חנה ראטענבערג איז שוין ארויסגעקומען פארן קריג און זיך באזעצט אין דעם [[בראנקס]] צוזאמען מיט איר מאן רבי פנחס שלום מקאסאן זצ"ל.
היינט צו טאגס איז דא א קהלה אין דעם [[ספרינג וועלי|ספרינג וואלי]] געגנט אין ניו יארק מיט'ן נאמען 'דעלאטין' וואו עס פירט אן די קהלה אן אייניקל פון דעם אויבן דערמאנטער עטל מערמעלשטיין ע"ה הרב חיים נחום מערמעלשטיין.
== וועבלינקען ==
* [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/delyatin/delatn.htm דעלאטין אין יידישגען] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20101219183551/http://www.shtetlinks.jewishgen.org/delyatin/delatn.htm |date=2010-12-19 }}
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
{{סטאניסלאווער גובערניע}}
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין אוקראינע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]]
ppvoia8vfe6s1he5lj1tlrzqhgwzdta
אברהם צבי אידעלסאן
0
54915
600529
600528
2026-04-11T18:36:10Z
פוילישער
339
קאטעגאריעס
600529
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}{{אישיות}}'''אברהם צבי אידעלסאָן''' (1882-1938) איז געווען א [[מוזיק]]-היסטאָריקער און א לענגערע צייט געווען [[חזן]] אין [[דייטשלאנד]] (אין [[רעגענסבורג|רעגנסבורג]]).
==לעבן==
אין יאָר 1906 האט זיך אידעלסאָן באזעצט אין [[ירושלים]], וואו ער האָט געהאט די מעגלעכקייט צו שטודירן די מוזיק פון די אָריענטאלישע [[ייד|יידן]]. נאָכהער איז ער אוועק קיין [[אמעריקע]], וואו ער איז געוואָרן [[פראפעסאר|פּראָפעסאָר]] פון יידישער מוזיק-[[היסטאריע|געשיכטע]] אין [[רב|ראבינער]]-[[סעמינאר|סעמינאר]] אין [[סינסיטעני]].
==ווערק==
אידלסאָן האָט פארעפנטליכט די ווערק „אוצר נגינות ישראל” און אויך „תולדות הנגינה העברית” וועגן דער געשיכטע פון דער יידישער מוזיק.
==ווערק==
* [https://www.nli.org.il/he/scores/NNL_MUSIC_AL990011748700205171/NLI אוצר נגינות ישראל] בענד א-ה
* תולדות הנגינה העברית
==קוואַלן==
{{פאלקס-ענצ|טיטל=אידעלסאן, אברהם צבי}}
{{גרונטסארטיר:אידעלסאן}}
[[קאַטעגאָריע:ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:פראפעסארן]]
[[קאַטעגאָריע:ירושאלמער]]
[[קאַטעגאָריע:חזנים]]
758wmkr34lxnzg02mu6ooiplvvk72f6