װיקיפּעדיע yiwiki https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98 MediaWiki 1.47.0-wmf.6 first-letter מעדיע באַזונדער רעדן באַניצער באַניצער רעדן װיקיפּעדיע װיקיפּעדיע רעדן טעקע טעקע רעדן מעדיעװיקי מעדיעװיקי רעדן מוסטער מוסטער רעדן הילף הילף רעדן קאַטעגאָריע קאַטעגאָריע רעדן פארטאל פארטאל רעדן TimedText TimedText talk יחידה שיחת יחידה אירוע שיחת אירוע דאקטער 0 3607 600945 579955 2026-06-12T17:15:25Z ן' משה 42115 600945 wikitext text/x-wiki {{אנדערע באדייטן|דאס= א דאקטער פון מעדיצין|זעט=דאקטאר}} [[טעקע:Physcian_examining_a_child.jpg|250px|קליין|אַ דאָקטער]] א '''דאָקטער''' (מ"צ דאקטוירים) איז דער וואס פראַקטיצירט [[מעדיצין]] און היילט אויס קרענק. כאטש דאס ווארט דאקטער שטאמט פון דעם טיטל [[דאָקטאָר]], היינטיגע טעג קען מען ווערן א דאקטער אן דעם דאקטאר טיטל. אין טייל לענדער ווערן די [[ציינדאקטער|ציינדאקטוירים]] אויך גערופן "דאקטער". == דאקטעריי אין אמעריקע == אין דעם פעלד פון דאקטעריי איז פארהאן צוויי שטאפלען, איינס וואס ווערט אנגערופן אויף די ענגלישע שפראך מיט די בוכשטאבן '''פי סי פי''', וואס איז ראשי תיבות פ'ריימערי ק'עיר פ'ראקטישאנער, אן אלגעמיינער דאקטער וואס ער דארף זיך אויסקענען מיטן גאנצן געשטעל פונעם מענטשן אין אלע הינזיכטן אבער ער קען נישט יעדע פאך באזונדער, דאס הייסט א דאקטער וואס איז פונעם ערשטן שטאפל וואס ער קען זיך מער ווייניגער אויס מיט יעדן חלק פונעם גוף אויף אזויפיל צו קענען וויסן ווי צו שיקן אויב עס מאכט זיך א קאמפליקאציע, אויך קען ער היילן געוונליכע קליינע זאכן, און בפרט איז דאס זייער וויכטיג ווען א מענטש האט מערערע קאמפליקאציעס און איינער דארף צוזאמען נעמען אלע אויף איין פלאץ און זעהן וויאזוי מען באהאנדלט דאס אז עס זאל ארבעטן אויף ווי ווייט מעגליך אויף אן ארגאניזירטן סיסטעם. די אמעריקאנער באפעלקערונג איז זייער פארגלייבט און זיי געווענליכן פי סי פי וואס אסאך רופן דאס אן דער פאמיליע דאקטאר, און זיי געבן זיך נישט קיין ריר אן איהם, אזוי אויך די אלע ספעציאליסטן האלטן זייער שטארק אז מען זאל אויספאלגן אלע רעקאמענדאציעס וואס דער פריימערי דאקטער זאגט אן אדער ער פארשרייבט, און איז די אנגענומענע שיטה אז מען פארמיידט זייער אסאך קרענק גענוג פרי, און וויאזוי די סטאטיסטיק ווייזן איז זינט דער סיסטעם איז איינגעפירט געווארן, לעבן מענטשן צעביסלעך לענגער און לענגער, ווייל מען כאפט אלעס פריער און מען פרובירט דאס צו פארמיידן און/אדער אויסהיילן אויף א שטרענג ארגאניזירטן פארנעם. דערנאך איז פאראן א העכערער שטאפל דאס איז א דאקטער '''ספעציאליסט''' וואס אין געווענליכע פעלער ווען א מענטש דארף דיאגנאזירט ווערן זעהט ער נישט דעם מענטש, ער זעהט איהם ערשט ווען דער פי סי פי האט אונטערזוכט דעם מענטש און ער האט באשלאסן אז צוליב די און די סיבה דארף דער מענטש אנקומען צו ספעציאליסט צ.ב.ש. פון הארץ דאקטעריי, דאן גיט ער איהם א רעקאמענדאציע בריוול אז ער זאל גיין צו דעם און דעם לאמיר זאגן [[קארדיאלאגיע|קארדיאלאג]] וואס ער וועט אים באהאנדלען פאר דעם און דעם ענין און ער וועט דורכפירן געוויסע פראצעדורן [אויב מעגליך] אויסצוהיילן אדער אוועק צו שטעלן דעם מענטש. ==רבנים דאקטוירים== * דער הייליגער [[רמב"ם]], רבי משה בן מימון זי"ע (ד'תתצ"ח–ד'תתקס"ה) דער גרויסער פוסק הדור, פילאזאף, און דאקטאר אין מצרים. * דער הייליגער [[רמב"ן]], רבי משה בן נחמן זי"ע (ד'תקנ"ד–ד'נ"א) — א רב, מקובל, מפרש אויף די תורה, און א דאקטאר אין שפאניע. * רבי [[עובדיה ספורנו]] זצ"ל (רל"ה–שי"א בערך) — אן איטאליענער רב, מפרש, און א דאקטאר. * רבי [[יהודה מסר לאון]] זצ"ל (ק"פ–רנ"ח בערך) — א רב, תלמיד חכם, און א דאקטאר פאר מעדיצין. * רבי [[יעקב צהלון]] זצ"ל (ת"נ–תנ"ג) — א רב און א דאקטאר אין רוים; האט מחבר געווען ספרים איבער רפואה. * רבי [[טוביה כהן]] זצ"ל (תי"ב–תפ"ט) — א דאקטאר און דער מחבר פונעם ספר [[מעשה טוביה (ספר)|מעשה טוביה]]. א דאקטאר, שפראך-קענער און איבערזעצער. * רבי [[יצחק לאמפראנטי]] (תל"ט–תקט"ז) — א רב און א דאקטער, באקאנט אלס דער מחבר פונעם ספר [[פחד יצחק (ספר)|פחד יצחק]]. * רבי [[דוד דע-פאמיס]] (רפ"ה–שנ"ג) — אן איטאליענישער רב, א גרויסער תלמיד חכם און א דאקטער. * רבי [[אברהם דה בלמיש]] (בערך ק"ק–רפ"ג) — א דאקטער, א מומחה אין שפראכן און אן איבערזעצער. אין די צייטן פונעם מיטלאלטער און אין די אנהייב פון די פריערדיגע מאדערנע תקופה אין אייראפע און אין די געגנטער ארום דעם מיטלענדישן ים, איז רפואה געווען איינע פון די איינציגסטע פראפעסיעס וואס אידן האבן געקענט גיין שטודירן. היות סיי רבנות און לימוד התורה און סיי דאקטעריי האבן פארלאנגט א שטארקע קענטעניש אין שפראכן, א טיפע פארשטאנד אין טעקסטן, און א גוטע לאגישע סברא, איז עס געווען גאר א פשוט'ע און אפטע זאך אז גרויסע תלמידי חכמים און רבנים זאלן אויך עוסק זיין אין רפואה פאר פרנסה. {{קאמאנסקאט|Physicians|דאקטוירים}} [[קאַטעגאָריע:דאקטוירים|*]] [[קאַטעגאָריע:דאקטעריי]] [[קאַטעגאָריע:פאכן]] [[קאַטעגאָריע:מעדיצין]] csz5rl8lne34ktk3n8a35snbaeid7p9 פארזיכערונג 0 24838 600946 499309 2026-06-12T17:21:14Z ן' משה 42115 600946 wikitext text/x-wiki '''פארזיכערונג''' ''אינשורענס'' איז א סיסטעם וויאזוי מענטשן און ביזנעסער שיצן זיך קעגן גשמיות’דיגע אדער געלטליכע שאדנס. מען צאלט א שטענדיגן סכום געלט, וואס ווערט גערופן א [[פרימיום]], פאר אן [[אינשורענס קאמפאני]], און אויב עס פאסירט חלילה א שאדן אדער אן אומגליק, דעקט די קאמפאני א טייל אדער די גאנצע הוצאות לויט וויאזוי מען האט זיך אויסגענומען אינעם אפמאך. ==היסטאריע== דער געדאנק פון אינשורענס האט זיך שוין אנגעהויבן אין די אמאליגע צייטן ביי סוחרים און שיף-אייגנטימער, וועלכע פלעגן צעטיילן די ריזיקע צווישן זיך. אין אייראפע האט זיך די מאדערנע אינשורענס אנטוויקלט דורכאויס די 17’טע און 18’טע יאר-הונדערטער, ספעציעל נאך גרויסע שריפות און אומגליקן אויפן ים. ==סארטן אינשורענס== עס זענען פארהאן פארשידענע סארטן אינשורענס: * [[לייף אינשורענס]] צאלט אויס געלט פאר די יורשים נאך די פטירה פון א מענטש. * געזונט אינשורענס העלפט באצאלן פאר דאקטוירים, שפיטעלער, און רפואות. * [[קאר אינשורענס]] דעקט די שאדנס פון קאר עקסידענטן. * הויז אינשורענס היט אפ א הויז אדער א דירה קעגן פייער, גניבות, און אנדערע היזקים. * ביזנעס אינשורענס העלפט געשעפטן זיך צו באשיצן קעגן פארלוסטן און תביעות. ==וויאזוי עס ארבעט== אסאך מענטשן צאלן אריין קליינע סכומים געלט אין א שותפות'דיגע קאסע. ווען איינער ליידט א שאדן, נעמט מען געלט פון יענע קאסע אים ארויסצוהעלפן. אויף דעם אופן ווערט די ריזיגע פאראנטווארטליכקייט צעטיילט צווישן פילע מענטשן. אין אסאך לענדער זענען געוויסע סארטן אינשורענס א חוב לויט'ן געזעץ, ווי למשל קאר אינשורענס. גרויסע קאמפאניס און רעגירונגען נוצן אויך אינשורענס צו באשיצן זייערע עקאנאמישע אינטערעסן. [[קאטעגאריע:פארזיכערונג|*]] g7lx3dogvwlvx9euzg78vrxs3is8wpv וויסנשאפט מוזיי 0 26569 600948 590519 2026-06-13T02:25:19Z InternetArchiveBot 40859 Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5 600948 wikitext text/x-wiki {{מוזיאון |נאמען= וויסנשאפט מוזיי |תמונה=[[טעקע:ScienceMuseum.jpg|250px|צענטער]] |באשרייבונג= וויסנשאפט מוזיי |אמטשפראך נאמען =Science Museum |טיפ= וויסנשאפט מוזיי |ארכיטעקט= |אויפגעשטעלט=[[1857]] |פארמאכט= |אדרעס= Exhibition Road, London SW7 |גרינדער= |באזיץ= |נשיא= |דירעקטאר= |קוראטאר= |באזוכער א יאר= |קאארדינאטן= |היימבלאט=http://sciencemuseum.org.uk |מאפע={{מפת מיקום|מדינה=צענטראל לאנדאן|גארטל={{#invoke:Coordinates|wdata|latitude}}|מערידיאן={{#invoke:Coordinates|wdata|longitude}}|שם=וויסנשאפט מוזיי|מקרא=לאקאציע אין צענטראל לאנדאן}} |מאפע באשרייבונג= }} דער''' וויסנשאפט מוזיי ''' אין דער אויסשטעלונג גאס, [[דרום קענזינגטאן]], אין [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]], איז א טייל פון דער [[נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוסטריע]]. דער מוזיי איז פון די הויפט [[טוריסטן אטראקציע]]ס אין לאנדאן. == אנפאנג == דער מוזיי איז געגרינדעט אין יאר 1857 דורך בענעט וואודקראפט פון דער זאמלונג פון דער ''קעניגלעכער חברה פון [[קונסט]]'' און פון איבעריגע זאכן פון דער [[גרויסע אויסשטעלונג|גרויסער אויסשטעלונג]]. דער מוזיי איז געווען ארגינעל א טייל פון דעם ''דרום קענזינגטאן מוזיי''. אין 1893 האט מען ממנה געווען א באזונדערן דירעקטאר פון די וויסנשאפט זאמלונגעאן. אין 1899 האט די [[מלכה וויקטאריע]], בשעת'ן לייגן די אבן הפינה פון די נייע בנינים פון דעם מוזיי, געהייסן ענדערן דעם נאמען פון דעם מוזיי אויף ''[[וויקטאריע און אלבערט מוזיי]]''. אין 1909 האט מען אפיציעל צעטיילט די וויסנשאפט זאמלונגען מיטן נאמען '''וויסנשאפט מוזיי'''.<ref>{{Citation |title=היסטאריע פון דער וויסנשאפט מוזיי |url=http://www.sciencemuseum.org.uk/about_us/about_the_museum/history.aspx |access-date=2008-05-02 |archivedate=2008-03-16 |archiveurl=https://web.archive.org/web/20080316102957/http://www.sciencemuseum.org.uk/about_us/about_the_museum/history.aspx |deadurl=yes }}</ref> [[טעקע:Stephenson's_Rocket.jpg|ממוזער|200px|לינקס|[[דזשארדזש סטיוונסאן|סטיוונסאנ'ס]] "ראקעט"]] [[טעקע:DNA_Model_Crick-Watson.jpg|ממוזער|200px| לינקס |ווידערמאכן פון [[DNA]] מאדעל געבויט דורך [[פראנסיס קריק]] און [[זשיימס וואטסאן]] אין 1953.]] <!-- [[בילד:Particle_accelerators_1937.jpg|ממוזער|200px|לינקס| אחד מ[[מאיץ חלקיקים|מאיצי החלקיקים]] המוקדמים שבזכותם פותחה [[פצצת אטום|פצצת האטום]]. המאיץ נבנה ב 1937 וידוע כ[[גנרטור קוקרופט-ולטון]].]] --> == זאמלונגען == דער מוזיי האלט א זאַמלונג פון מער ווי 300,00 איינסן, כולל באַוואוסטע איינסן ווי [[סטעפענסאן'ס ראקעט]], [[פאפינג בילי]], דער ערשטער [[רעאקטיוו|דזשעט מאטאר]], דאס ווידערמאכן פון [[DNA]] דורך [[פראנסיס קריק]] און [[זשיימס וואטסאן]], פֿריאיקע דאמפֿמאטארן, א פֿונקציאנירנדיקע דוגמא פון דעם [[דיפערענץ מאטאר]] פון [[טשארלס באבעדזש]]. דער מוזיי האט אויך הונדערטע אינטעראקטיווע אויסשטעלן. דאס אריינגיין אין דעם מוזיי איז בחינם זייט דעם ערשטן דעצעמבער [[2001]]. == גאלעריעס == דער מוזיי האט עטלעכע גאלעריעס, טייל פון זיי פערמאנענט, טייל צייטווייליג. === ענערגיע: דער מזרח זאל === === אוניווערס רוים === === שאפן די מאדערנע וועלט === === פליען === == ארט == {{אפראמען}} == רעפערענצן == {{רעפליסטע}} == וועבלינקען == * [http://www.sciencemuseum.org.uk/ מוזיי וועב ארט] * [http://www.nmsi.ac.uk/ וועב ארט פון דעם נאציאנאלן מוזיי פון וויסנשאפט און אינדוסטריע] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20120414202717/http://www.nmsi.ac.uk/ |date=2012-04-14 }} * [http://www.danacentre.org.uk/דאנא צענטער] * [http://www.ingenious.org.uk/ אינזשעניוס פראיעקט] * [http://www.makingthemodernworld.org.uk/ שאפן די מאדערנע וועלט] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20091012185400/http://www.makingthemodernworld.org.uk/ |date=2009-10-12 }} <!-- {{coord|51|29|51|N|0|10|29|W|type:landmark_region:GB|display=title}} --> {{מוזייען אין לאנדאן}} [[קאַטעגאָריע:מוזייען אין לאנדאן]] 13cs7i2bezhzcbsks3yb6int6a4jr1j נענועים (אלבאם) 0 42385 600949 599617 2026-06-13T05:12:46Z InternetArchiveBot 40859 Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5 600949 wikitext text/x-wiki '''נענועים''' איז א [[מוזיק]] [[אלבאם]] ארויסגעגעבן דורך [[סאטמאר]] [[ארונים]] לכבוד די [[ימים נוראים]] [[תשע"ב]]. עס אנטהאלט די בארימטע סאטמארע '''נענועים ניגון''' פארפאסט דורכן בארימטן חסידישן קאמפאזיטאר רבי [[בעריש ווישעווער]] וועלכע באשטייט פון אכט פעלער. עס איז אויך כולל א היסטארישע ניגון '''נפשי להשם''' נתחבר דורך רבי [[יקותיאל הערש ווערצבערגער]] לכבוד די צוריקקער פון [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רבי'ן]] פון [[ארץ ישראל]] אום [[תשט"ו]]. די מוזיק איז אפגעפיהרט דורך רבי [[משה קרויס]] און געזינגען דורך די [[סאטמארער קאפעליע]]. == אינהאלט == * הקפה * וכל מאמינים * מלך עליון * מכלכל חיים * חמול * אין קצבה * נפשי להשם * נענועים == וועב == * דא קען מען הערן אן אויסצוג פונעם אלבום http://www.chasidinews.com/7667/ {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20141125025639/http://www.chasidinews.com/7667/ |date=2014-11-25 }} * א באריכט אויף [[אידישע וועלט]] http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=14908&sid=bf53e0e9ed7020019f2dd96ce8724ebc * http://www.windos.co/showthread.php?10104-%D7%A0%D7%A2%D7%A0%D7%95%D7%A2%D7%99%D7%9D-%D7%A0%D7%99%D7%92%D7%95%D7%A0%D7%99-%D7%A1%D7%90%D7%98%D7%9E%D7%90%D7%A8-%D7%99%D7%9E%D7%99%D7%9D-%D7%A0%D7%95%D7%A8%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%93%D7%99-%D7%91%D7%A8%D7%A9%D7%AA-%D7%9B%D7%95%D7%9C%D7%94-!!!/page7 {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20160304132701/http://www.windos.co/showthread.php?10104-%D7%A0%D7%A2%D7%A0%D7%95%D7%A2%D7%99%D7%9D-%D7%A0%D7%99%D7%92%D7%95%D7%A0%D7%99-%D7%A1%D7%90%D7%98%D7%9E%D7%90%D7%A8-%D7%99%D7%9E%D7%99%D7%9D-%D7%A0%D7%95%D7%A8%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%93%D7%99-%D7%91%D7%A8%D7%A9%D7%AA-%D7%9B%D7%95%D7%9C%D7%94-!!!/page7 |date=2016-03-04 }} * http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2912836&forum_id=16386 {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20160305110603/http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2912836&forum_id=16386 |date=2016-03-05 }} * http://www.dossinet.me/view,17145,נענועים_-_ניגוני_סאטמאר_-_ימים_נוראים.html {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20131027235704/http://www.dossinet.me/view,17145,%D7%A0%D7%A2%D7%A0%D7%95%D7%A2%D7%99%D7%9D_-_%D7%A0%D7%99%D7%92%D7%95%D7%A0%D7%99_%D7%A1%D7%90%D7%98%D7%9E%D7%90%D7%A8_-_%D7%99%D7%9E%D7%99%D7%9D_%D7%A0%D7%95%D7%A8%D7%90%D7%99%D7%9D.html |date=2013-10-27 }} [[קאטעגאריע:אידישע טעיפס]] [[קאטעגאריע:סאטמאר]] srj4g8c54yb139rywiscvusc516lpcu אמסטערדאם, מפומאלאנגא 0 42606 600947 500721 2026-06-13T00:49:44Z InternetArchiveBot 40859 Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5 600947 wikitext text/x-wiki '''אמסטערדאם''' ([[ענגליש]]: "Amsterdam, Mpumalanga") איז א [[פאלווארק]] [[טאון]] אין [[סאוט אפריקע]], נאענט צו די [[שווייץ|שווייצער]] גרעניץ געגרינדעט אין [[יוני]] [[1881]]. אום [[2011]] איז די באפעלקערונג געווען ביי 6769, די מערהייט רעדן די [[זאלא שפראך]] אלס [[מוטער שפראך]]. == היסטאריע == עס האט צוערשט געהייסן Roburnial ווען אין [[יולי]] פינעף [[1882]] האט מען עס געטוישט צו אמסטערדאם. == וועב לינקען == * אינפארמאציע אויף אמסטערדאם http://census2011.adrianfrith.com/place/862001 {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20160304210307/http://census2011.adrianfrith.com/place/862001 |date=2016-03-04 }} * http://sa.travel-directory.co/towns/view/id/2379 * https://he-il.facebook.com/places/dbrym-lswt-bAmsterdam-Mpumalanga/112303448780652/ [[קאטעגאריע:דרום אפריקע]] p6so7tm840mlvnen6e6b6om5paj4it3 פאליסיסטיק אווערי סינדראם 0 46538 600950 520025 2026-06-13T05:40:02Z InternetArchiveBot 40859 Rescuing 1 sources and tagging 0 as dead.) #IABot (v2.0.9.5 600950 wikitext text/x-wiki [[טעקע:PCOS.jpg|קליין|א אינערליך בילד פון PCOS]] '''פאליציסטישע אייערשטאק-סינדראם''' (PCOS) איז א פראבלעם אין וואס א פרוי'ס [[הארמאנען]] זענען ארויס פון באלאנס, דעריבער קען דאס שאפן א אומ'סדר פאר די [[מענסטרואציע]] פעריאדן און שאפן שוועריגקייטן צו ווערן [[טראגעדיג]]. פרויען מיט פאליציסטישע אייערשטאק-סינדראם זענען אויסגעשטעלט צו ליידן פון נאכאנאנדיגע פריע [[פרעגענענסי פארלוסט]]. ס'איז נישט פולשטענדיג קלאר די סיבה פארוואס. איין טעאריע שלאגט פאר אז די ענווייראמענט פונעם [[איי]] ווערט איינגעשטעלט דורך דער פראדוקציע פון מענערישע הארמאנען אין דעם [[אייערשטאק]] וואס איז גורם אז די אייער זאלן דורכמאכן א treisure אדער poptocys, און פאליציסטישן אייערשטאק-סינדראם מיט אן איבערפלוס פון מענערישע [[הארמאנען]], קען מעגליך זיין שאדן פאר די DNA פון די [[איי]], אדער פאר די מעגליכקייט פון די איי אויסצושטעלן די קראמאסאומס אויף א נארמאלן אופן. דער וועג צו פארמינערן די מענערישע הארמאן פראדוקציע איז מיט [[מעטפארמין]] טעראפיע, אדער אין ערנסטערע פעלער מיט [[קלאמיד]]. פרויען מיט פאליציסטישע אייערשטאק-סינדראם פארמאגן שוין היינט ב"ה, צוליב די היינטיגע מעדיצינישע מעגליכקייטן, א 100% מעגליכקייט צו האבן קינדער. == וויאזוי ווערט דאס דיאגנאזירט? == בדרך כלל איז PCOS נישט אזוי באהאלטן. די פרויען וואס ליידן דערפון וועלן האבן אביסל איבריגע האר (ווי אויך ביי פלעצער ווי מענער האבן געווענליך האר), זיי וועלן האבן איבריגע וואג, און אומרעגולערע [[מענסטרואציע|מענסטרואציע פעריאדן]], וואס דאס איז די סיבה פארוואס דאס נישט אזוי שווער צו דיאגנאזירן. אבער צומאל איז דאס נישט אזוי גרינג פעסטצושטעלן, און אין אזעלכע פעלער דארף דער דאקטאר מאכן אן [[אולטראשאל]] בדיקה פון דעם אייערשטאק און מעסטן די שטאפלען פון [[אינסולין]] און [[טעסטעראן]]. אבער ס'איז געווענליך פארהעלטענסמעסיג גרינג צו דיאגנאזירן. == די היילונג == דער [[מעטפארמין]] מעדיצין טוט דראמאטיש פארבעסערן, ביז דרייפאכיג, די לעבעדיגע געבורט ראטע. ווילאנג מ'איז אויף [[מעטפארמין]] לעזט עס דעם פראבלעם, אבער ווי נאר מ'גייט אראפ דערפון קומען די סימפטאמען צוריק. פאר פרויען אין מער קאמפליצירטע פאלן אוואו [[מעטפארמין]] איז נישט ווירקזאם, ווערט פארגעשלאגן [[קלאמיד]], וואס דאס האט א הונדערט פראצענט סוקסעס ראטע. איין באקאנטע זייט-אפעקט פון [[קלאמיד]] איז אז עס פארמאגט א צען פראצענט שאנס פאר געבוירן א [[צווילינג]], אין פארגלייך צו די געווענליכע 1-3 פראצענט שאנס. אויב די פרוי איז נישט אינטערעסירט צו האבן קינדער, איז ענדערש רעקאמענדירט אגרעסיווע איבונגען, אנהאלטן אן אידעאלע קערפערליכע וואג, און געבורט קאנטראל פילן. אויב זי וויל ווערן [[טראגעדיג]] מוז זי זיין אויף [[מעטפארמין]] אדער [[קלאמיד]]. זי זאל אויך מאכן איבונגען און זיך האלטן דאר. ס'זענען דא געוויסע פרויען וועלכע קענען קאנטראלירן זייער פאליציסטישע אייערשטאק-סינדראם דורך אנהאלטן זייער וואג מיט א שטרענגע דיעטע און שטארקע איבונגען. די פרויען מוזן נישט נעמען קיין מעדיצין. עס זענען אויך פארהאן פארשידענע נאטורליכע גראזן און מיטלען, וואס מאנכע טענה'ן אז דאס איז גאר ווירקזאם צו גענצליך איבערקומען דער PCOS. כאטש וואס מעדיציניש איז דערווייל נישטא קיין פערמאנענטע היילונג. == זעט אויך == * '''[[מעטפארמין]],''' מעדיצינישע היילונג == רעפערענצן == {{רעפליסטע}} <!-- זעט http://yi.wikipedia.org/wiki/וויקיפעדיע:צייגט מקורות --> == וועבלינקען == * [http://www.webmd.com/women/tc/polycystic-ovary-syndrome-pcos-topic-overview#1 אינפארמאציע, גרינג צו ליינען] * [http://www.mayoclinic.org/diseases-conditions/pcos/basics/definition/con-20028841 פון מאיא קליניק] * [http://www.naturalfertilityandwellness.com/natural-remedies-for-pcos/ וויאזוי צו ווערן טראגעדיג מיט PCOS דורך נאטורליכע מיטלען] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20170520091917/http://www.naturalfertilityandwellness.com/natural-remedies-for-pcos/ |date=2017-05-20 }} [[קאַטעגאָריע:רעפראדוקציע]] [[קאַטעגאָריע:מעדיצינישע טערמינען]] [[קאַטעגאָריע:געבורט געזונטהייט]] tsjh8s2gmnn19h4skppr88agnns1gxw