װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.47.0-wmf.6
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
אירוע
שיחת אירוע
דאקטער
0
3607
600953
600945
2026-06-15T08:03:58Z
פוילישער
339
600953
wikitext
text/x-wiki
{{אנדערע באדייטן|דאס= א דאקטער פון מעדיצין|זעט=דאקטאר}}
[[טעקע:Physcian_examining_a_child.jpg|250px|קליין|אַ דאָקטער]]
א '''דאָקטער''' (מ"צ דאקטוירים) איז דער וואס פראַקטיצירט [[מעדיצין]] און היילט אויס קרענק.
כאטש דאס ווארט דאקטער שטאמט פון דעם טיטל [[דאָקטאָר]], היינטיגע טעג קען מען ווערן א דאקטער אן דעם דאקטאר טיטל. אין טייל לענדער ווערן די [[ציינדאקטער|ציינדאקטוירים]] אויך גערופן "דאקטער".
== דאקטעריי אין אמעריקע ==
אין דעם פעלד פון דאקטעריי איז פארהאן צוויי שטאפלען, איינס וואס ווערט אנגערופן אויף די ענגלישע שפראך מיט די בוכשטאבן '''פי סי פי''', וואס איז ראשי תיבות פ'ריימערי ק'עיר פ'ראקטישאנער, אן אלגעמיינער דאקטער וואס ער דארף זיך אויסקענען מיטן גאנצן געשטעל פונעם מענטשן אין אלע הינזיכטן אבער ער קען נישט יעדע פאך באזונדער, דאס הייסט א דאקטער וואס איז פונעם ערשטן שטאפל וואס ער קען זיך מער ווייניגער אויס מיט יעדן חלק פונעם גוף אויף אזויפיל צו קענען וויסן ווי צו שיקן אויב עס מאכט זיך א קאמפליקאציע, אויך קען ער היילן געוונליכע קליינע זאכן, און בפרט איז דאס זייער וויכטיג ווען א מענטש האט מערערע קאמפליקאציעס און איינער דארף צוזאמען נעמען אלע אויף איין פלאץ און זעהן וויאזוי מען באהאנדלט דאס אז עס זאל ארבעטן אויף ווי ווייט מעגליך אויף אן ארגאניזירטן סיסטעם.
די אמעריקאנער באפעלקערונג איז זייער פארגלייבט און זיי געווענליכן פי סי פי וואס אסאך רופן דאס אן דער פֿאמיליע דאקטער, און זיי געבן זיך נישט קיין ריר אן אים, אזוי אויך די אלע ספעציאליסטן האלטן זייער שטארק אז מען זאל אויספאלגן אלע רעקאמענדאציעס וואס דער פריימערי דאקטער זאגט אן אדער ער פארשרייבט, און איז די אנגענומענע שיטה אז מען פארמיידט זייער אסאך קרענק גענוג פרי, און וויאזוי די סטאטיסטיק ווייזן איז זינט דער סיסטעם איז איינגעפירט געווארן, לעבן מענטשן צעביסלעך לענגער און לענגער, ווייל מען כאפט אלעס פריער און מען פרובירט דאס צו פארמיידן און/אדער אויסהיילן אויף א שטרענג ארגאניזירטן פארנעם.
דערנאך איז פאראן א העכערער שטאפל דאס איז א דאקטער '''ספעציאליסט''' וואס אין געווענליכע פעלער ווען א מענטש דארף דיאגנאזירט ווערן זעהט ער נישט דעם מענטש, ער זעהט איהם ערשט ווען דער פי סי פי האט אונטערזוכט דעם מענטש און ער האט באשלאסן אז צוליב די און די סיבה דארף דער מענטש אנקומען צו ספעציאליסט צ.ב.ש. פון הארץ דאקטעריי, דאן גיט ער איהם א רעקאמענדאציע בריוול אז ער זאל גיין צו דעם און דעם לאמיר זאגן [[קארדיאלאגיע|קארדיאלאג]] וואס ער וועט אים באהאנדלען פאר דעם און דעם ענין און ער וועט דורכפירן געוויסע פראצעדורן [אויב מעגליך] אויסצוהיילן אדער אוועק צו שטעלן דעם מענטש.
==רבנים דאקטוירים==
* דער [[רמב"ם]], רבי משה בן מימון זי"ע (ד'תתצ"ח–ד'תתקס"ה) דער גרויסער פוסק הדור, פילאזאף, און דאקטער אין מצרים.
* דער [[רמב"ן]], רבי משה בן נחמן זי"ע (ד'תקנ"ד–ד'נ"א) — א רב, מקובל, מפרש אויף די תורה, און א דאקטער אין שפאניע.
* רבי [[עובדיה ספורנו]] זצ"ל (רל"ה–שי"א בערך) — אן איטאליענער רב, מפרש, און א דאקטער.
* רבי [[יהודה מסר לאון]] זצ"ל (ק"פ–רנ"ח בערך) — א רב, תלמיד חכם, און א דאקטער פאר מעדיצין.
* רבי [[יעקב צהלון]] זצ"ל (ת"נ–תנ"ג) — א רב און א דאקטער אין רוים; האט מחבר געווען ספרים איבער רפואה.
* רבי [[טוביה כהן]] זצ"ל (תי"ב–תפ"ט) — א דאקטער און דער מחבר פונעם ספר [[מעשה טוביה (ספר)|מעשה טוביה]]. א שפראך-קענער און איבערזעצער.
* רבי [[יצחק לאמפראנטי]] (תל"ט–תקט"ז) — א רב און א דאקטער, באקאנט אלס דער מחבר פונעם ספר [[פחד יצחק (ספר)|פחד יצחק]].
* רבי [[דוד דע-פאמיס]] (רפ"ה–שנ"ג) — אן איטאליענישער רב, א גרויסער תלמיד חכם און א דאקטער.
* רבי [[אברהם דה בלמיש]] (בערך ק"ק–רפ"ג) — א דאקטער, א מומחה אין שפראכן און אן איבערזעצער.
אין די צייטן פונעם מיטלאלטער און אין די אנהייב פון די פריערדיגע מאדערנע תקופה אין אייראפע און אין די געגנטער ארום דעם מיטלענדישן ים, איז רפואה געווען איינע פון די איינציגסטע פראפעסיעס וואס אידן האבן געקענט גיין שטודירן. היות סיי רבנות און לימוד התורה און סיי דאקטעריי האבן פארלאנגט א שטארקע קענטעניש אין שפראכן, א טיפע פארשטאנד אין טעקסטן, און א גוטע לאגישע סברא, איז עס געווען גאר א פשוט'ע און אפטע זאך אז גרויסע תלמידי חכמים און רבנים זאלן אויך עוסק זיין אין רפואה פאר פרנסה.
{{קאמאנסקאט|Physicians|דאקטוירים}}
[[קאַטעגאָריע:דאקטוירים|*]]
[[קאַטעגאָריע:דאקטעריי]]
[[קאַטעגאָריע:פאכן]]
[[קאַטעגאָריע:מעדיצין]]
l76xkxi5xt2doebsu65oteogfkt3yk4
600954
600953
2026-06-15T08:05:18Z
פוילישער
339
וויקילינק
600954
wikitext
text/x-wiki
{{אנדערע באדייטן|דאס= א דאקטער פון מעדיצין|זעט=דאקטאר}}
[[טעקע:Physcian_examining_a_child.jpg|250px|קליין|אַ דאָקטער]]
א '''דאָקטער''' (מ"צ דאקטוירים) איז דער וואס פראַקטיצירט [[מעדיצין]] און היילט אויס קרענק.
כאטש דאס ווארט דאקטער שטאמט פון דעם טיטל [[דאָקטאָר]], היינטיגע טעג קען מען ווערן א דאקטער אן דעם דאקטאר טיטל. אין טייל לענדער ווערן די [[ציינדאקטער|ציינדאקטוירים]] אויך גערופן "דאקטער".
== דאקטעריי אין אמעריקע ==
אין דעם פעלד פון דאקטעריי איז פארהאן צוויי שטאפלען, איינס וואס ווערט אנגערופן אויף די ענגלישע שפראך מיט די בוכשטאבן '''פי סי פי''', וואס איז ראשי תיבות פ'ריימערי ק'עיר פ'ראקטישאנער, אן אלגעמיינער דאקטער וואס ער דארף זיך אויסקענען מיטן גאנצן געשטעל פונעם מענטשן אין אלע הינזיכטן אבער ער קען נישט יעדע פאך באזונדער, דאס הייסט א דאקטער וואס איז פונעם ערשטן שטאפל וואס ער קען זיך מער ווייניגער אויס מיט יעדן חלק פונעם גוף אויף אזויפיל צו קענען וויסן ווי צו שיקן אויב עס מאכט זיך א קאמפליקאציע, אויך קען ער היילן געוונליכע קליינע זאכן, און בפרט איז דאס זייער וויכטיג ווען א מענטש האט מערערע קאמפליקאציעס און איינער דארף צוזאמען נעמען אלע אויף איין פלאץ און זעהן וויאזוי מען באהאנדלט דאס אז עס זאל ארבעטן אויף ווי ווייט מעגליך אויף אן ארגאניזירטן סיסטעם.
די אמעריקאנער באפעלקערונג איז זייער פארגלייבט און זיי געווענליכן פי סי פי וואס אסאך רופן דאס אן דער פֿאמיליע דאקטער, און זיי געבן זיך נישט קיין ריר אן אים, אזוי אויך די אלע ספעציאליסטן האלטן זייער שטארק אז מען זאל אויספאלגן אלע רעקאמענדאציעס וואס דער פריימערי דאקטער זאגט אן אדער ער פארשרייבט, און איז די אנגענומענע שיטה אז מען פארמיידט זייער אסאך קרענק גענוג פרי, און וויאזוי די סטאטיסטיק ווייזן איז זינט דער סיסטעם איז איינגעפירט געווארן, לעבן מענטשן צעביסלעך לענגער און לענגער, ווייל מען כאפט אלעס פריער און מען פרובירט דאס צו פארמיידן און/אדער אויסהיילן אויף א שטרענג ארגאניזירטן פארנעם.
דערנאך איז פאראן א העכערער שטאפל דאס איז א דאקטער '''ספעציאליסט''' וואס אין געווענליכע פעלער ווען א מענטש דארף דיאגנאזירט ווערן זעהט ער נישט דעם מענטש, ער זעהט איהם ערשט ווען דער פי סי פי האט אונטערזוכט דעם מענטש און ער האט באשלאסן אז צוליב די און די סיבה דארף דער מענטש אנקומען צו ספעציאליסט צ.ב.ש. פון הארץ דאקטעריי, דאן גיט ער איהם א רעקאמענדאציע בריוול אז ער זאל גיין צו דעם און דעם לאמיר זאגן [[קארדיאלאגיע|קארדיאלאג]] וואס ער וועט אים באהאנדלען פאר דעם און דעם ענין און ער וועט דורכפירן געוויסע פראצעדורן [אויב מעגליך] אויסצוהיילן אדער אוועק צו שטעלן דעם מענטש.
==רבנים דאקטוירים==
* דער [[רמב"ם]], רבי משה בן מימון זי"ע (ד'תתצ"ח–ד'תתקס"ה) דער גרויסער פוסק הדור, פילאזאף, און דאקטער אין מצרים.
* דער [[רמב"ן]], רבי משה בן נחמן זי"ע (ד'תקנ"ד–ד'נ"א) — א רב, מקובל, מפרש אויף די תורה, און א דאקטער אין שפאניע.
* רבי [[עובדיה ספורנו]] זצ"ל (רל"ה–שי"א בערך) — אן איטאליענער רב, מפרש, און א דאקטער.
* רבי [[יהודה מסר לאון]] זצ"ל (ק"פ–רנ"ח בערך) — א רב, תלמיד חכם, און א דאקטער פאר מעדיצין.
* רבי [[יעקב צהלון]] זצ"ל (ת"נ–תנ"ג) — א רב און א דאקטער אין [[רוים]]; האט מחבר געווען ספרים איבער רפואה.
* רבי [[טוביה כהן]] זצ"ל (תי"ב–תפ"ט) — א דאקטער און דער מחבר פונעם ספר [[מעשה טוביה (ספר)|מעשה טוביה]]. א שפראך-קענער און איבערזעצער.
* רבי [[יצחק לאמפראנטי]] (תל"ט–תקט"ז) — א רב און א דאקטער, באקאנט אלס דער מחבר פונעם ספר [[פחד יצחק (ספר)|פחד יצחק]].
* רבי [[דוד דע-פאמיס]] (רפ"ה–שנ"ג) — אן איטאליענישער רב, א גרויסער תלמיד חכם און א דאקטער.
* רבי [[אברהם דה בלמיש]] (בערך ק"ק–רפ"ג) — א דאקטער, א מומחה אין שפראכן און אן איבערזעצער.
אין די צייטן פונעם מיטלאלטער און אין די אנהייב פון די פריערדיגע מאדערנע תקופה אין אייראפע און אין די געגנטער ארום דעם מיטלענדישן ים, איז רפואה געווען איינע פון די איינציגסטע פראפעסיעס וואס אידן האבן געקענט גיין שטודירן. היות סיי רבנות און לימוד התורה און סיי דאקטעריי האבן פארלאנגט א שטארקע קענטעניש אין שפראכן, א טיפע פארשטאנד אין טעקסטן, און א גוטע לאגישע סברא, איז עס געווען גאר א פשוט'ע און אפטע זאך אז גרויסע תלמידי חכמים און רבנים זאלן אויך עוסק זיין אין רפואה פאר פרנסה.
{{קאמאנסקאט|Physicians|דאקטוירים}}
[[קאַטעגאָריע:דאקטוירים|*]]
[[קאַטעגאָריע:דאקטעריי]]
[[קאַטעגאָריע:פאכן]]
[[קאַטעגאָריע:מעדיצין]]
q8d52gnyvghxf6ffavcrcd4zdjz9kxu
גוי
0
4814
600951
594122
2026-06-14T21:29:22Z
ששון
1016
600951
wikitext
text/x-wiki
אַ '''גוי''' (שטאמט פון [[לשון קודש]] וואס מיינט "פאלק") איז איינער וואָס איז נישט אַ [[ייד]]. אפטמאל נוצט מען דער וואָרט גוי כדי צו אָפשיידן די ווערטע פונעם גוי לעומת דער איד.
זעה אויך [[שייגעץ]]
== דער איד כלפי דעם גוי ==
אידן בענטשן יעדן טאג די [[ברכה]] '''שלא עשני גוי''' צו געבן א לויב אז זיי זענען מחויב אין [[מצווה|מצוות]].
היסטאריש, צוליב די פילע גלות יארן, האבן אידן זיך אנגעליטן פיל צרות פון די נישט-אידישע באפעלקערונג צווישן וועלכע זיי האבן געוואוינט. דאס האט צוגעפירט אז דער אידישן [[פסיכיק]] האט אפטמאל נישט געהאט פיל צוטרוי צו א גוי, און אפילו טיילמאל געברענגט העסליכע געפילן פון אידן אויף גוים צוריק.
==היחס לגוי לפי אליהו הנביא==
זיי מיסטאָמע ווילן צו האַלטן די ווערטער פון [[אליהו הנביא]] אין זיין בוך
[[תנא דבי אליהו]] (פרק ט); '''ודבורה אשה נביאה אשת לפידות היא שופטה את ישראל בעת ההיא''' (שופטים ד-ד).
וכי מה טיבה של [[דבורה]] שהיא שופטת את ישראל בעת ההיא ומתנבאה עליהם? והלא [[פנחס]] בן אלעזר [[הכהן הגדול]] היה בימים ההם.
"מעיד אני עלי את השמים ואת הארץ, בין ישראל בין '''גוי''', בין איש בין '''אשה''', בין '''עבד''' ובין שפחה, הכל לפי מעשה שהוא עושה - כך [[רוח הקודש]] שורה עליו וכו'.
[[הקב"ה]] בוחן לבות וכליות, אמר [[הקב"ה]] לדבורה: אתם כוונתם לשם שמים ועשיתם פתילות עבות כדי שיהא אורן מרובה, גם אני ארבה אתכם ב[[ישראל]] וב[[יהודה]] ובשנים עשר שבטי ישראל.
כך אמרו, על דבורה אשת ברק ועל כיוצא בה הוא אומר: חכמת נשים בנתה ביתה וגו' (משלי יד-א).
== [[חסידי אומות העולם]] ==
{{הויפט ארטיקל|חסידי אומות העולם}}
לויט די תורה קען א גוי אויך פארדינען זיין חלק אין [[עולם הבא]] אויב ער איז א [[בני נח|בן נח]] דורך איינהאלטן די [[זיבן מצוות בני נח]]. די זיבן מצוות זענען:
# נישט דינען עבודה זרה
# נישט שעלטן ג-ט, אדער נעמען ג-ט'ס נאמען אויף א פאלשע שבועה
# נישט עובר זיין אויף עריות
# נישט גנב'נען
# נישט הרג'ענען
# נישט עסן קיין אבר מן החי
# שטעלן געריכטן אויף צו איינפירן צדק און משפט צווישן דאס מענטשהייט
עס ווערט אנגענומען אז היינט זענען די גוים מערסטנס אפגעהיטן אין די זיבן מצוות און אין אלגעמיין פירן זיי זיך מאראליש, וואס דערפאר הייסן זיי לויטן רמב"ם "חכמי אומות העולם" (זעט מער [[בני נח]]).
=== געהאלפן אין דעם שואה ===
עס זענען געווען טויזנטער גוים אין די יארן פון דער [[צווייטע וועלט קריג]] וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון [[טויט]] איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. דער ישראל'ישער ארגאניזציע "[http://www.yadvashem.org יד ושם] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20160204081835/http://www.yadvashem.org/ |date=2016-02-04 }}" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.
== דרויסענדע לינקס ==
* [http://www.noahide.org/ מכון הפצה שבע מצוות]
* [http://www1.yadvashem.org/righteous/index_righteous.html יד ושם - חסידי אומות העולם]
[[קאַטעגאָריע:טיטלען]]
[[קאַטעגאָריע:יידישקייט]]
[[קאַטעגאָריע:רעליגיע]]
[[קאַטעגאָריע:פעלקער]]
j5z0ugjpltswn8yeexxt0x3ipg6jb1c
יחזקאל קאטיק
0
7925
600960
600793
2026-06-15T08:59:15Z
פוילישער
339
600960
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}{{אישיות}}
'''יחזקאל קאָטיק''' ([[ח' ניסן]] תר"ז – ט' אב תרפ"א) איז געווען אַ משכיל פון חסיד'ישן אָפּשטאַם פון [[קאמעניץ (ליטא)|קאַמענעץ]], [[ליטע]]. ער איז באַקאַנט דערהויפּט פאַר זײַנע אָפּגעשריבענע זכרונות '''''מײנע זכרונות... זכרונות פון יחזקאל קאָטיק'''''.
==ביאָגראַפישע נאָטיצן==
===זײַן זיידע===
לויט קאָטיק'ס באַריכטן איז זײַן זיידע '''אהרן לייזער קאָטיק''' געווען אַ קאמענעצער איד, אַן עושר מיט פאַרצווײַגטע מסחר און נאָנטע פאַרבינדונגען מיט די אַרומיגע פריצים און אַדעל-לײַט. אויך איז ער געווען אַ פאַרברענטער [[מתנגדים|מתנגד]], און אַ שטיקל גבר אלם.
===זײַן פאָטער===
קאָטיק'ס פאָטער '''משה קאָטיק''' האָט זיך אין זײַן יוגנד אײַנגעשלאָסן אין רבי [[משה קאברינער|משה קאָברינער]] זצ"ל און איז געוואָרן א פײַערדיגער חסיד. משה קאָטיק איז אויך געווען א סוחר, אָבער ער האָט אויך פיל צײַט פאַרבראַכט אין [[קאברין|קאָברין]] בײַ זײַן רבי'ן דער קאָברינער, און אין קאַמענעץ איז ער געווען שטענדיג פאַרנומען מיט מאַכן חסיד'ישע צוזאַמקומס וואו מען פלעגט זינגען, טאַנצן, עסן, פערציילן מעשיות פון רבי'ן און נאָך אַזעלכע חסיד'ישע ענינים.
מיט דער פטירה פון רבי משה קאָברינער איז משה קאָטיק געווען פון די יחידי סגולה וואָס האָבן אויסגעקליבן רבי [[אברהם וויינבערג (דער ערשטער)|אברהם סלאָנימער]] אויף צו פירן די [[רביסטעווע]].
===קאָטיק'ס ערציאונג===
'''יחזקאל קאָטיק''' איז אויפגעוואָקסן אין דער חסיד'ישער אַטמאָספערע, וואָס האָט אויף אים געמאַכט אַ טיפן אײַנדרוק, סײַ פּאָזיטיוו און סײַ נעגאַטיוו. אין די שפּעטערדיגע יאָרן האָט ער בועט געווען אין דעם בלינדן התקשרות צו אַ רבי'ן און אָפּגעלאַכט פון דעם גאַנצן חסיד'ישן התנהגות. מיט די יאָרן איז ער געוואָרן אין גאַנצן אַ משכיל.
קאָטיק האָט געוואוינט פילע יאָרן אין [[ווארשע|וואַרשע]], וואו ער האָט אָנגעפירט מיט פאַרשידענע משכיל'ישע אַקטיוויטעטן. ער האָט געגרינדעט געזעלשאַפטליכע געמיינדעס און איז געווען אין נאָנטע פאַרבינדונג מיט משכיל'ישע פירער.
אַ גאָר אינטערעסאַנטע סעריע בריוו האָט ער געשריבן צום באַקאַנטן אידיש שרײַבער '''[[שלום עליכם (שרייבער)|שלום עליכם]]'''. כאָטש די בריוו פון שלום עליכם צו אים אויף צוריק האָבן מיר נישט הײַנט, ווײַזט זיך אָבער אויס פון קאָטיק'ס אייגענע בריוו אַז שלום עליכם האָט אים שטאַרק געשעצט.
==זײַנע זכרונות==
קאָטיק'ס זכרונות זענען אַן אוצר פון ידיעות אויף דאס אמאליגן לעבן אין ליטא-פוילן פאר חוקרים און סתם ליינער צוגלייך. ער שילדערט פארביג דאס לעבן אין דעם אמאליגן שטעטל, די התנהגות פון די ארומיגע פריצים און זייערע פארבינדונגען מיט די אידן, דער אויסזען פון די שטעטלדיגע חדרים מיט אירע פארשידענע סארטן מלמדים -- ביידע די אכזרים און די באליבטע, דער צוגאנג צו שידוכים -- ווי מען האט אפט חתונה געמאכט קינדער אזוי יונג ווי אכט יאר אלט, און די התנהגות פון די אמאליגע חסידים -- ער שילדערט צוגלייך זייער התנהגות אין עבודת ה', זייער פאנאטישקייט, און זייערע טעראריסטישע שטיק ווען מען האט זיך מיט זיי אנגעהויבן.
די זכרונות זענען געשריבן געווארן ארגינעל אין יידיש, און איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורכ'ן באקאנטן היסטאריקער פון חסידות '''''[[דוד אסף]]'''''.
==וועבלינקען==
*[http://benyehuda.org/kotik/ מה שראיתי... זכרונות יחזקאל קאטיק]
*[http://benyehuda.org/kotik/app.html בריוון צו שלום עליכם] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20060505013249/http://benyehuda.org/kotik/app.html |date=2006-05-05 }}
*[http://benyehuda.org/ דער בן-יהודה פראיעקט]
[[קאטעגאריע:יידישע שרייבער|קאטיק]]
g9r2l7xodtvj9gm2kucopop1km0b9ee
ערבה
0
10721
600963
600814
2026-06-15T09:54:25Z
פוילישער
339
צוגעלייגט א קאטעגאריע
600963
wikitext
text/x-wiki
'''ערבות''' זענען די צווייגעלעך און די בלעטער פון די [[ווערבע]] ביימער.
== אידישקייט ==
מען לייגט צוויי ערבות צוזאמען מיט די לולב און [[הדס]]ים פאר די ארבע מינים. רוב מענטשן שטעלן די ערבות אויף דער לינקער זייט פון דעם לולב; לויטן [[אריז"ל]] לייגט מען איין ערבה צו רעכטס און איינס צו לינקס.
אין [[בית המקדש]] פלעגט מען לייגן גרויסע ערבות ארום דעם [[מזבח]] יעדן טאג [[סוכות]].
[[הושענא רבה]] נעמט מען א בינטל פון פינף (לויט רוב שיטות) ערבה רוטעלעך וואס הייסט אן "הושענא" און מען קלאפט עס פינף מאל אויף דרערט.
מען [[שאקעלט]] דאס זיך צו [[ערוועקן]] מיט [[פרייד]] צו אפגעבן [[לויב]] און [[דאנק]] פאר די [[גוט]]ע פלאנצונגען.{{מקור}}
[[קאַטעגאָריע:סוכות]]
[[קאַטעגאָריע:מצוות און מנהגים]]
4g9h70qwgzwul6wezw43utulx97tkgz
זשאן קווינסי עדעמס
0
13777
600957
600772
2026-06-15T08:31:19Z
פוילישער
339
600957
wikitext
text/x-wiki
{{אישיות}}
[[טעקע:John Quincy Adams.jpg|left|250px]]
'''זשאן קווינסי עדעמס''' ([[11טן יולי]] 1767 - [[23סטן פעברואר]] 1848) איז געווען דער 6טער אמעריקאנער פרעזידענט, ער האט געדינט פון 4טן מערץ 1825 ביזן 3טן מערץ 1829
{{USA פרעזידענטן}}
{{גרונטסארטיר:עדעמס, דזשאן קווינסי}}
{{ביכער}}
{{קאמאנסקאט|John Quincy Adams}}
[[קאַטעגאָריע:USA פרעזידענטן]]
ktg2c3cr3xpbd8gclt6fkngz7da7o7z
נתיבות
0
14111
600959
592824
2026-06-15T08:54:33Z
פוילישער
339
אהבת ישראל הסדר ישיבה
600959
wikitext
text/x-wiki
{{אנדערע באדייטן|דאס=די שטאט אין ישראל|אנדער=דעם מחבר "נתיבות המשפט"|זעט=יעקב לארבערבוים}}
{{יישוב
|סארט יישוב= שטאט
|נאמען = נתיבות
|בירגערמייסטער= [[יחיאל זוהאר]]
|שטח=
|הערב = {{וויקידאטן|הערב בילד}}
|בילד= {{וויקידאטן|בילד}}
|מדינה = {{פאן ישראל}}
|באפעלקערונג= {{וויקידאטן|באפעלקערונג}}
}}
[[טעקע:PikiWiki Israel 44401 Aerial photo of Netivot.jpg|קליין|נתיבות]]
'''נתיבות''' איז א [[שטאט]] אין די [[דרום דיסטריקט]] אין [[מדינת ישראל]], געגרינדעט אין 1956, באקומען דער נאמען שטאָט אין 2000. לויטן [[צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק|צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק]], פאר דעצעמבער [[2005]], איז דא אין נתיבות 24,300 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 2.6 פראצענט. רוב זענען [[איד]]ן. [[באבא סאלי]] וואס האט באקאנט געמאכט די שטאט האט דארט געוואוינט און דארט איז זיין ציון.
* דער [[בירגערמייסטער]] פון שטאט איז יחיאל זוהר.
ישיבת הנגב געפינט זיך אין נתיבות.
אין דער שטאָט געפינט זיך אויך די [[הסדר ישיבה]] פון נתיבות, ''[[:he:ישיבת ההסדר נתיבות|אהבת ישראל]]''<ref>[https://www.yhn.co.il/ yhn.co.il]</ref>, געגרינדעט געווארן אין יאר תש״ס דורך רבי [[ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום)|ישראל פרידמאן]], פאשקאנער רבי. דער היינטיגער ראש ישיבה איז רבי דוד אסולין. די ישיבה האט בערך 50 תלמידים.
{{שטעט אין ישראל}}
guuzo2eh5r7i8u374ntmiu81ohysmb0
פארזיכערונג
0
24838
600952
600946
2026-06-15T07:29:39Z
פוילישער
339
600952
wikitext
text/x-wiki
'''פארזיכערונג''' איז א סיסטעם וויאזוי מענטשן און ביזנעסער שיצן זיך קעגן גשמיות’דיגע אדער געלטליכע שאדנס. מען צאלט א שטענדיג סכום געלט, וואס ווערט גערופן א פרעמיע, צו א פֿארזיכערונג־געזעלשאפֿט, און אויב עס פאסירט חלילה א שאדן אדער אן אומגליק, דעקט די קאמפאני א טייל אדער די גאנצע הוצאות לויט וויאזוי מען האט זיך אויסגענומען אינעם אפמאך.
==היסטאריע==
דער געדאנק פון פֿארזיכערונג האט זיך שוין אנגעהויבן אין די אמאליגע צייטן ביי סוחרים און שיף-אייגנטימער, וועלכע פֿלעגן צעטיילן די ריזיקע צווישן זיך. אין אייראפע האט זיך די מאדערנע פֿארזיכערונג אנטוויקלט דורכאויס די 17טע און 18טע יאר-הונדערטער, ספעציעל נאך גרויסע שריפות און אומגליקן אויפן ים.
== סארטן פֿארזיכערונג ==
עס זענען פֿאראן פארשידענע סארטן פֿארזיכערונג:
* [[לייף אינשורענס|לעבנס־פֿארזיכערונג]] צאלט אויס געלט פאר די יורשים נאך דער פטירה פון א מענטש.
* געזונט פֿארזיכערונג העלפט באצאלן פאר דאקטוירים, שפיטעלער, און רפואות.
* אויטא־פֿארזיכערונג דעקט די שאדנס פון קאר עקסידענטן.
* הויז פֿארזיכערונג היט אפ א הויז אדער א דירה קעגן פייער, גניבות, און אנדערע היזקים.
* ביזנעס פֿארזיכערונג העלפט געשעפטן זיך צו באשיצן קעגן פארלוסטן און תביעות.
==וויאזוי עס ארבעט==
אסאך מענטשן צאלן אריין קליינע סכומים געלט אין א שותפות'דיגע קאסע. ווען איינער ליידט א שאדן, נעמט מען געלט פון יענע קאסע אים ארויסצוהעלפן. אויף דעם אופן ווערט די ריזיגע פאראנטווארטליכקייט צעטיילט צווישן פילע מענטשן.
אין אסאך לענדער זענען געוויסע סארטן פֿארזיכערונג א חוב לויטן געזעץ, ווי למשל אויטא־פֿארזיכערונג. גרויסע קאמפאניס און רעגירונגען נוצן אויך פֿארזיכערונג צו באשיצן זייערע עקאנאמישע אינטערעסן.
[[קאטעגאריע:פארזיכערונג|*]]
4oxu7dgx1enf7vpeufluwf0yirhizxl
לאנדאנער בארא פון בראמלי
0
34134
600955
600944
2026-06-15T08:10:24Z
פוילישער
339
600955
wikitext
text/x-wiki
{{לאנדאנער בארא
|נאמען= לאנדאנער בארא פון בראמלי
|מאפע=LondonBromley.svg
|קורצנאמען= בראמלי
|סטאטוס = [[לאנדאנער בארא]]
|מאטא =
|שטח=
|שטח ראנג= 188
|באפעלקערונג=
|באפעלקערונג ראנג= 24
|יאר=
|ענגשאפט=
|עטנישע גרופעס=
|בירגערמייסטער=
|הויפטקווארטיר=
|אינטערנעט= <span dir=ltr>http://www.bromley.gov.uk/</span>
}}
דער '''לאנדאנער בארא פון בראמלי''' ({{שפראך-en|London Borough of Bromley}}) איז א [[לאנדאנער בארא]] און דער גרעסטער בארא אין [[לאנדאן]], און געפינט זיך ביים גאנצן דרום-מזרח עק, וואו עס גרעניצט זיך מיט די גראַפֿנשאַפֿטן [[סארי]] און [[קענט]]. אינטערעסאנט צו באמערקן אז ביזן יאר 1965 איז בראמלי טאקע געווען א חלק פון קענט. לויטן צענזוס פון יאר 2021, האט דער בארא א באפֿעלקערונג פון 329,991 איינוואוינער. דער נאמען פונעם בארא קומט נאך איר הויפט שטאט ''[[בראמלי]]''. אנדערע באקאנטע געגענטער אינערהאלב דעם בארא זענען [[פענדזש]], [[הייז]], ו[[ועסט וויקהאם]], [[טשיזלהורסט]], [[בעקנהאם]] און [[ארפינגטאן]]. די לאקאלע רעגירונג וואס פירט די בארא איז די ''בראמלי לאנדאן בארא קאונסיל''
==היסטאריע==
די לאקאלע רעגירונג דיסטריקט פון בראמלי איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 1867, וואס האט אריינגענומען אין זיך די גאנצע געגנט פון בראמלי. שפעטער אין יאר 1878, איז די דערנעבנדיגע געגנט בעקנהעם אויך באשטימט געווארן אלס א לאקאלע רעגירונג דיסטריקט. די אלע דיסטריקטן זענען שפעטער איבערגעמאכט געווארן אלס ''שטאטישע דיסטריקטן'' אונטער דעם לאקאלן רעגירונג געזעץ פון יאר 1894. נאכדעם האט מען געגרינדעט נאך שטאטישע דיסטריקטן פאר פענדזש און טשיזלהורסט אין יאר 1900, און פאר ארפינגטאן אין יאר 1934.
בראמלי איז געווארן א מוניציפאלע בארא אין יאר 1903, א סטאטוס וואס בעקנהעם האט אויך דערגרייכט אין יאר 1935. אין יאר 1934 האט זיך די טשיזלהורסט שטאטישע דיסטריקט פאראייניגט מיט די שטאטישע דיסטריקט פון סידקאפ וואס געפינט זיך דערנעבן.
דער היינטיגער בארא איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר 1965, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן אינעם [[לאנדאנער רעגירונג אקט פון 1963|לאנדאנער רעגירונג אקט]] פון 1963. דאס האט אריינגענומען די פריערדיגע מוניציפאלע בארא פון בראמלי, די מוניציפאלע בארא פון בעקנהעם, דעם ארפינגטאן אורבאן דיסטריקט, דעם פענדזש אורבאן דיסטריקט, און דעם טשיזלהורסט געגנט, וואס איז פריער געווען א טייל פונעם טשיזלהורסט און סידקאפ אורבאן דיסטריקט (דער סידקאפ חלק איז צוגעטיילט געווארן צום לאנדאנער בארא פון בעקסלי). עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז דער פענדזש אורבאן דיסטריקט איז געווען דער איינציגסטער טייל פון דעם נייעם בארא וואס איז פריער געווען אונטער די פירערשאפט פון די לאנדאן קאונטי קאנסיל און די מעטראפאליטען באורד אוו ווארקס. זיי האבן געשטימט זיך אפצוזונדערן נאך אין יאר 1899, און האבן געהאט אן אייגענע פירערשאפט ביז'ן יאר 1965. דער געגנט איז שפעטער אריבערגעפירט געווארן פון קענט גרעיטער לאנדאן, און אזוי ארום איז עס געווארן איינס פון די 32 לאנדאנער באראס.אין יאר 1969, נאך א לאקאלע קאמפיין, האט מען אפגעטיילט דאס דארף נאקהאלט פונעם בארא און עס אריבערגעפירט צום דערנעבנדיגן סעווענאוקס (Sevenoaks) דיסטריקט. פאר דעם, ביז יאר 1965, איז נאקהאלט געווען א טייל פונעם ארפינגטאן (Orpington) דיסטריקט. אבער אינטערעסאנט איז, אז די נאקהאלט טרעין סטאנציע געפינט זיך נאך אלץ אינערהאלב ארפינגטאן.
{{לאנדאן}}
[[קאַטעגאָריע:לאנדאנער באראס]]
9vn6zhq1s6vjipm6x0n9c8wzg9ptl4c
600956
600955
2026-06-15T08:17:01Z
פוילישער
339
600956
wikitext
text/x-wiki
{{לאנדאנער בארא
|נאמען= לאנדאנער בארא פון בראמלי
|מאפע=LondonBromley.svg
|קורצנאמען= בראמלי
|סטאטוס = [[לאנדאנער בארא]]
|מאטא =
|שטח=
|שטח ראנג= 188
|באפעלקערונג=
|באפעלקערונג ראנג= 24
|יאר=
|ענגשאפט=
|עטנישע גרופעס=
|בירגערמייסטער=
|הויפטקווארטיר=
|אינטערנעט= <span dir=ltr>http://www.bromley.gov.uk/</span>
}}
דער '''לאנדאנער בארא פון בראמלי''' ({{שפראך-en|London Borough of Bromley}}) איז א [[לאנדאנער בארא]] און דער גרעסטער בארא אין [[לאנדאן]], און געפינט זיך ביים גאנצן דרום-מזרח עק, וואו עס גרעניצט זיך מיט די גראַפֿנשאַפֿטן [[סארי]] און [[קענט]]. אינטערעסאנט צו באמערקן אז ביזן יאר 1965 איז בראמלי טאקע געווען א חלק פון קענט. לויטן צענזוס פון יאר 2021, האט דער בארא א באפֿעלקערונג פון 329,991 איינוואוינער. דער נאמען פונעם בארא קומט נאך איר הויפט שטאט ''[[בראמלי]]''. אנדערע באקאנטע געגענטער אינערהאלב דעם בארא זענען [[פענדזש]], [[הייז]], ו[[ועסט וויקהאם]], [[טשיזלהורסט]], [[בעקנהאם]] און [[ארפינגטאן]]. די לאקאלע רעגירונג וואס פירט דעם בארא הייסט ''בראמלי לאנדאן בארא קאונסיל''
==היסטאריע==
די לאקאלע רעגירונג דיסטריקט פון בראמלי איז אויפֿגעשטעלט געווארן אין יאר 1867, וואס האט אריינגענומען אין זיך די גאנצע געגנט פון בראמלי. שפעטער אין יאר 1878, איז די דערנעבנדיגע געגנט בעקנהעם אויך באשטימט געווארן אלס א לאקאלע רעגירונג דיסטריקט. די אלע דיסטריקטן זענען שפעטער איבערגעמאכט געווארן אלס ''שטאטישע דיסטריקטן'' אונטער דעם לאקאלן רעגירונג געזעץ פון יאר 1894. נאכדעם האט מען געגרינדעט נאך שטאטישע דיסטריקטן פאר פענדזש און טשיזלהורסט אין יאר 1900, און פאר ארפינגטאן אין יאר 1934.
בראמלי איז געווארן א מוניציפאלער בארא אין יאר 1903, א סטאטוס וואס בעקנהעם האט אויך דערגרייכט אין יאר 1935. אין יאר 1934 האט זיך דער טשיזלהורסט שטאטישער דיסטריקט פאראייניגט מיטן שטאטישן דיסטריקט פון סידקאַפ וואס געפֿינט זיך דערנעבן. דער היינטיגער בארא איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר 1965, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן אינעם [[לאנדאנער רעגירונג אקט פון 1963|לאנדאנער רעגירונג אקט]] פון 1963. דאס האט אריינגענומען דעם פֿריערדיגן מוניציפאַלן בארא פון בראמלי, דעם מוניציפאלן בארא פון בעקנהעם, דעם ארפינגטאן אורבאן דיסטריקט, דעם פענדזש אורבאן דיסטריקט, און דעם טשיזלהורסט געגנט, וואס איז פריער געווען א טייל פונעם טשיזלהורסט און סידקאפ אורבאן דיסטריקט (דער סידקאפ חלק איז צוגעטיילט געווארן צום [[לאנדאנער בארא פון בעקסלי]]). עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז דער פענדזש אורבאן דיסטריקט איז געווען דער איינציגסטער טייל פון דעם נייעם בארא וואס איז פריער געווען אונטער די פירערשאפט פונעם [[לאנדאן קאונטי קאנסיל]] און דעם מעטראפאליטן בארד אוו ווארקס. זיי האבן געשטימט זיך אפצוזונדערן נאך אין יאר 1899, און האבן געהאט אן אייגענע פירערשאפט ביזן יאר 1965. דער געגנט איז שפעטער אריבערגעפירט געווארן פון קענט, און אזוי ארום איז עס געווארן איינער פון די 32 לאנדאנער באראס. אין יאר 1969, נאך א לאקאלע קאמפיין, האט מען אפגעטיילט דאס דארף נאקהאלט פונעם בארא און עס אריבערגעפירט צום דערנעבנדיגן סעוונאקס (Sevenoaks) דיסטריקט. פאר דעם, ביז יאר 1965, איז נאקהאלט געווען א טייל פונעם ארפינגטאן (Orpington) דיסטריקט. אבער אינטערעסאנט איז, אז די [[נאקהאלט באן סטאנציע]] געפינט זיך נאך אלץ אינערהאלב ארפינגטאן.
{{לאנדאן}}
[[קאַטעגאָריע:לאנדאנער באראס]]
4bl0rvkbw3lk16rxt1eno6kweczvimc
קרייז
0
37500
600964
600816
2026-06-15T09:57:41Z
פוילישער
339
וויקילינק
600964
wikitext
text/x-wiki
א '''קרייז''' איז א געאמעטרישע [[פארעם]] אין צוויי דימענסיעס אין וואס יעדער פונקט איז ווייט דעם זעלבן דיסטאנץ פון א געוויסן פונקט, דער צענטער. דעם דיסטאנץ פון יעדער פונקט צום צענטער ווערט גערופן דער [[ראדיוס]]. א קרייז צעטיילט דעם פלאך אין צוויי טיילן: אינעווייניק און אויסנווייניק.
א גראדע ליניע צווישן צוויי פונקטן אין א קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער הייסט א [[דיאמעטער]]; א דיאמעטער איז צוויי מאל אזוי לאנג ווי דער ראדיוס.
די לענג פון א קרייז הייסט דער ארומנעם. אין א קרייז מיט ראדיוס ''r'' איז דער ארומנעם 2π''r''.
מען קען צייכנען א קרייז אויף א גראף. מען קען
דעפינירן די פאזיציפון דעם צענטער און די פונקטן מיט דער פארמעל:
x - a)^2 + (y - b)^ = r^2)
"r" באדייט דער ראדיוס פון דעם קרייז.
"x" באדייט די פאזיציע פון א פונקט פון דעם קרייז אויף דער האריזאנטאלער אכסע.
"y" באדייט די פאזיציע פון א פונקט פון דעם קרייז אויף דער ווערטיקאלער אכסע.
"a" באדייט די פאזיציע פון דעם קרייז צענטער אויף דער האריזאנטאלער אכסע.
"b" באדייט די פאזיציע פון דעם קרייז צענטער אויף דער ווערטיקאלער אכסע.
== זעט אויך ==
* [[גרויסער קרייז]]
* [[קוילקרייז]]
{{מאטעמאטיק-שטומף}}
[[קאַטעגאָריע:געאמעטריע]]
[[קאַטעגאָריע:קרייז|*]]
j0snshzhy9qfpl4izgs70aygk2uhiqs
סאוט פאלסבורג
0
39530
600965
600821
2026-06-15T10:02:29Z
פוילישער
339
/* */
600965
wikitext
text/x-wiki
'''סאוט־פאלסבורג''' (ענגליש: ''South Fallsburg'') איז א דארף אין דעם שטעטל פאלסבורג, [[סאליוואן קאונטי]], [[ניו יארק]]. לויטן צענזוס פון 2010 האט דער ארט געהאט א באפֿעלקערונג פון 2,879 איינוואוינער.
זיין זיפקאד איז '''12779'''.
די קאארדינאטן פון סאוט־פאלסבורג זענען '''41°42′32″N 74°37′45″W'''.
== געאגראפיע ==
סאוט־פאלסבורג געפינט זיך אין דער קאצקיל־געגנט פון דרום־מזרח ניו יארק, אין סאליוואן קאונטי.
== אידיש לעבן ==
עס געפינט זיך דארטן א גאנץ יאר א חרדישע געמיינדע, וועלכע דרייט זיך בעיקר ארום דער ארטיגער '''[[ישיבה זכרון משה]]'''. אין שטעטל געפינען זיך אויך שולן, בתי־מדרשים, מקוואות און כשר'ע געשעפטן, וועלכע דינען די ארטיגע איינוואוינער און די פילע זומער־געסט.
אין די זומער־חדשים וואקסט די באפעלקערונג באדייטנד, ווען טויזנטער חרדישע און חסידישע משפחות קומען פארברענגען אין די קאצקיל־בערג.
== געשיכטע ==
סאוט־פאלסבורג איז געווען א טייל פון דער אמאליגער באָרשט־גארטל־געגנט, באקאנט מיט אירע האטעלן און זומער־רעזארטן, וועלכע האבן געצויגן אסאך אידישע געסט במשך פונעם 20סטן יארהונדערט.
== זעט אויך ==
* [[פאלסבורג]]
* [[סאליוואן קאונטי]]
* [[קאצקיל־בערג]]
[[קאטעגאריע:דערפער אין ניו יארק]]
[[קאטעגאריע:אידישע ישובים אין די פאראייניגטע שטאטן]]
[[קאַטעגאָריע:ניו יארק]]
[[קאַטעגאָריע:סאליוואן קאונטי, ניו יארק]]
cl3v9iescgr1jz8en4g3mgphh8p60dc
ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום)
0
47424
600958
600753
2026-06-15T08:44:57Z
פוילישער
339
600958
wikitext
text/x-wiki
{{אישיות}}
רבי '''ישראל שלום יוסף פרידמאן בן שלום''' ([[כ"ט חשוון]] [[ה'תרפ"ד]] – [[ה' אייר]] [[ה'תשע"ז]]), איז געווען דער [[פאשקאן(הויף)|פאשקאנער]] רבי, א [[דאקטאר (פילאסאפיע)|דאקטאר]] פון [[היסטאריע|היסטארישער]] [[וויסנשאפט]] און א דאצענט אין דעם [[תל אביבער אוניווערסיטעט]] און אויך אין דעם [[בן גוריון אוניווערסיטעט]] אין [[באר שבע]]. צוזעצליך האט ער געדינט אלס [[ראש ישיבה]] פון דער מזרחי-הסדר ישיבה "אהבת ישראל" אין דעם שטעטל [[נתיבות]].
[[טעקע:ר' ישראל שלום יוס.jpg|קליין|לינקס|דער פאשקאנער רבי, רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן]]
==אורשפרינגליכע געשיכטע==
רבי ישראל איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל [[באהוש]] אין [[רומעניע]] צו זיין פאטער רבי יצחק, זון פון רבי [[משה יהודה לייב פרידמאן]] פון פאשקאן, און צו זיין מוטער מרת שרה דבורה, טאכטער פון רבי [[מנחם מענדל פרידמאן]] פון [[באהוש (הויף)|באהוש]], וועלכער איז געווען אויך זיין פאטער'ס שוועסטער-קינד. ער איז געהייסן געווארן נאך זיין עלטער-זיידן (זיין מאמע'ס זיידע), דער רבי, רבי [[ישראל שלום יוסף פרידמאן]] פון באהוש, דער בעל מחבר ספר "פאר ישראל". ווען איז ער געווען 9 יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן. רבי ישראל האט געצויגן מיט זיך א רייכן יחוס און איז געווען אן אפשטאמלינג פון די פאלגנדע הויפן: [[רוזשין]], [[קאסאוו]]-[[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]], [[טשערנאבל (הויף)|טשערנאביל]], [[אפטא]], [[סאסאוו (הויף)|סאסאוו]], [[ראשקאוו (הויף)|ראשקאוו]] און [[זלאטשאוו (הויף)|זלאטשאוו]]. זיינע עלטערן זענען געווען אייניקלעך פון רבי [[יצחק פרידמאן (באהוש) (א)|יצחק פרידמאן]], באקאנט אלס דער "אדמו"ר הזקן" פון באהוש, דער עלטסטער אייניקל פון רבי [[ישראל פון רוזשין|ישראל פרידמאן]], דער הייליגער רוזשינער.
[[טעקע:Israel Ben-Shalom.jpg|קליין|לינקס|רבי ישראל פרידמאן]]
ווען איז ער געווען דריי יאר אלט האט ער אנגעהויבן צו לערנען [[תורה]], און שפעטער האט ער אנגעפאנגען צו לערנען [[ש"ס]] און [[פוסק|פוסקים]] צוזאמען מיט א פריוואטן זיבעציג יעריגן מלמד, וועמענס ערשטער תלמיד איז געווען רבי [[יעקב פרידמאן]] פון [[הוסיאטין]]. נאכהער האט באקומען אלגעמיינע וויסנשאפט, האט געלערנט פרעמדע שפראכן און פארהערט געווארן אין דער ארטיגער [[שולע]].
ווען איז ער געווען 16, האט ער אנגעהויבן צו לערנען דויערהאפטיג מיט זיין זיידן רבי מנחם מענדל פון באהוש, וועלכן האט ער זייער שטארק באווונדערט, און וועלכער האט געהאט א שטארקע אויסווירקונג אויף זיין ערציאונג און אויף דער פארמירונג פון זיין פערזענליכקייט.
==ציונות און עליה==
אין עלטער פון 18 יאר איז ער געווען טעטיג אלס א לייטער אין דעם נעסט פון דער ציוניסטישער באוועגונג "השומר הצעיר" וואס פלעגט ווירקן צווישן די אנדערע אויך אין דעם שטעטל באהוש, זיין וואוינארט. ער האט באיינפלוסט אויף פילצאליגע יוגנדליכע, קינדער פון זיין זיידנ'ס חסידים וועלכע האבן זיך דערווייטערט פון [[תורה]] און [[מצוות]], און ער האט זיי מקרב געווען. זיינע זיידעס וואס האבן געוואוסט איבער דער דאזיגער טעטיגקייט, האבן נישט אנטקעגענגעשטעלט דערצו.
ווערנד דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]] האט ער זיך צוזאמען אינאיינעם מיט זיין זיידנ'ס (פון באהוש) משפחה, אריבערגעצויגן אין דער [[הויפטשטאט]] [[בוקארעסט]], דארט וואו האט פארוויילט זיין פעטער, רבי יצחק פרידמאן, וועלכער איז שפעטער געווארן דער פערטער באהושער רבי, נאך זיין זיידנ'ס פטירה. דארט האט ער אויך אנטייל גענומען אין אונטערערדישער ציוניסטישער אקטיוויטעט אונטער דער פירערשאפט פון הרב ישראל לבנון וועלכער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד.
אין לויף פון זיין וויילונג אין בוקארעסט איז אהינגעקומען די משפחה פונעם [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי, [[חיים מאיר האגער]], דער "אמרי חיים", וועלכע איז ארויסגעשמוגלט פון [[אונגארן]] אין יאר [[ה'תש"ד]]. דארט האט ער אויך קענענגעלערנט זיין צוקונפטיגע ווייב, מרת [[ציפורה פרידמאן (בן שלום)|ציפורה]], די יונגסטע טאכטער פונעם אמרי חיים. זי האט באשלאסן בייצוטרעטן זיין פלאן, זיך באזעצן אין [[ארץ ישראל]], און ממשיך זיין צו באיינפלוסן און מקרב זיין די יוגנד וועלכע פלעגט ער מקרב זיין אין באהוש.
[[טעקע:ר' ישראל פרידמן.jpg|קליין|לינקס|רבי ישראל פרידמאן אין זיינע לעצטע יארן]]
אין יאר [[1946]] זענען ביידע ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און חתונה געהאט. זיי זענען געווען פון די גרינדערס פונעם "רשפים" קיבוץ, וועלכער געפינט זיך אין דעם בית שאן [[טאל]]. זיי האבן דארט געוואוינט 18 יאר. אין לויף פון דער [[אומאפהענגיקייט מלחמה|אומאפהענגיקייט קריג]] האט ער זיך אקטיווליך באטייליגט אין דער שלאכט וואס האט געקעמפט קעגן די [[איראק|איראקישע]] מאכטן וועלכע זענען אנגעקומען פון [[יארדאניע]]. ער האט געארבעט אין א קו-שטאל און שפעטער אלס א פאסטוך אין דעם "עין חרוד" קיבוץ. שפעטער איז ער געווען א וועגווייזער פון די "עלית הנוער" באוועגונג גרופן, און זיין הויפטזעכליכע באשעפטיגונג איז געווען אין דעם ערציאונג'ס געביט.
רבי ישראל און זיין ווייב מרת ציפורה האבן געלעגענטליך געדינט אלס סעקרעטארן פונעם קיבוץ. אין דער זעלבער צייט האבן זיי "באהאלטענערהייט" געטון מצוות און רבי ישראל האט ווייטער געדאוונט און געלערנט תורה אין זיין שטוב. גלייכצייטיג האט ער געהאלטן פארהעלטעניש מיט זיין פאטער און פעטער וועלכע האבן געוואוינט דעמאלטס אין [[תל אביב]]. די [[בר מצווה]] פון זיין עלטסטן זון הרב מנחם מענדל משה לייב איז אפגעהאלטן געווארן אין תל אביב ביים פעטער.
ווען זיין שווער דער וויזשניצער רבי איז קראנק געווארן, איז זיין ווייב מרת ציפורה אריבערגעצויגן צו וואוינען אין [[בני ברק]], אום צו קומערן אויף איר פאטער דער רבי, און האט מיטגענומען מיט זיך אירע צוויי קליינע קינדער [[הושע פרידמאן (בן שלום)|הושע]] און שמואל. נאך וואוינענדיג א האלב יאר אין בני ברק, האט זי נישט געוואלט צוריקצוקערן צום פרייען קיבוץ, און האט ענטשיידעט בייצוטרעטן דעם רעליגיעזן קיבוץ "סעד". רבי ישראל שלום יוסף איז געבליבן אין זיין פעדאגאגישן בארוף פאר דעם קומענדיגן אנדערהאלב יאר צוזאמען אינאיינעם מיט די צוויי עלטערע זין מנחם מענדל משה לייב און ירמיהו. די משפחה האט זיך געווענליך פאראייניגט אויף [[שבת|שבתים]] אין דעם "סעד" קיבוץ.
אין יאר [[1964]] האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן אין [[מארסיי]], [[פראנקרייך]], צוליב א שליחות אויפגאבע אין אויפטראג פון דער ציוניסטישער אגענטור. רבי ישראל שלום יוסף האט דעמאלטס געטוישט זיין משפחה־נאמען פון פֿרידמאן צו "בן שלום". אין מארסיי האט ער אונטערגעריכטעט [[אידישקייט]], און האט ערלעדיגט א אונטערשטיצנדיגע דעמאנסטראציע אין [[ישראל|מדינת ישראל]] איידער די [[זעקסטאגיקע מלחמה|זעקסטאגיגע קריג]] האט אויסגעברויכן. נאך דער מלחמה האט די פרידמאן-בן שלום משפחה זיך ווידער צוריקגעקערט אין ארץ ישראל, און האט זיך ווידער באזעצט אין דעם "סעד" קיבוץ.
רבי ישראל האט אנגעפאנגען צו לערנען אקאדעמישע שטודיען אין זיינע פערציגערס. אין יאר [[ה'תשמ"א]] האט ער ערהאלטן א [[דאקטאראט]] וועלכער האט ער אדורכגעפירט אין דער שולע פאר וויסנשאפט פון אידישקייט, אן אפטיילונג פונעם תל אביבער אוניווערסיטעט. די טעמע פונעם דאקטאראט איז געווען: "[[בית שמאי]] און זיין פלאץ אין דער פאליטישער און געזעלשאפטליכער פון ארץ ישראל אין דעם [[1טער י"ה|ערשטן יאהונדערט]] צו דער ציילונג". נאכהער פלעגט ער אונטעריכטן עטליכע יארן אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט, און שפעטער איז אריבער צום בן גוריון אוניווערסיטעט אין דעם [[נגב]], דארט וואו האט ער אונטערגעריכטעט איבער דער געשיכטע פונעם אידישן פאלק, נעמליך, איבער דער עפאכע פון בית שני, [[משנה]] און [[תלמוד]]. ער האט פארגעצעזט אונטעריכטן אפילו נאכדעם וואס איז ער שוין ארויס צו פענסיע. גלייכצייטיג פלעגט ער אויכעט פארלערנען אין דעם פיליאל פון דער "ספיר" אקאדעמיע וועלכע געפינט זיך נעבן [[שדרות]].
==זיינע לעצטע יארן==
אנפאנג פון די [[2000ער]], האט ער פארלאזט די [[אקאדעמיע]] און אריבערגעגאנגען וואוינען אין דער "בית ישראל" געמיינדע (די געמיינדע באשטייט בעיקר פון מזרחיניקעס) וועלכע הויפטקווארטירט אין דער "גילה" געגנט אין ירושלים, וואו האט ער אנגעהויבן אויפטרעטן און פארלערנען שיעורי תורה אינעם [[בית מדרש]] וועלכן זיינע קינדער רבי הושע, דער היינטיגער פאשקאנער רבי, און זיין טאכטער מרת שרה אפלבוים האבן אויפגעשטעלט. צוזעצליך, פלעגט ער אויך פארלערנען שיעורים אין דער "הסדר" ישיבה ב[[נתיבות]] וועלכע געהערט צו דער מזרחי באוועגונג, און וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך זיין זון הרב שמוליק. ער האט דארט אויסגעלערנט פאר זיינע תלמידים [[חסידות]] און [[גמרא]], אויף דער חסידישער באגייסטערונג, איינפֿלעכטנדיג דערמיט געזעלשאפֿטליכן און היסטארישן הינטערגרונט.
אין זיינע לעצטע יארן האט ער באנייט דעם וועג פון זיינע אבות די רבי'ס און אנגעפאנגען צו פירן [[טיש]]ן אין די [[יארצייט]]ן פון זיינע זיידעס, און אויך אין פארשידענע אנדערע געלעגנהייטן. טראצדעם וואס ער פלעגט גיין מיט א געשטריקטער [[קאפל]], אויף שבתים און [[יום טוב|ימים טובים]] פלעגט ער אנטוהן א [[קאפטן|בעקיטשע]], און טראגן א [[שטריימל]] מיט א הויכער קאפל ווי דער מנהג ביי רבי'ס וועלכע שטאמען אפ אורשפרינגליך פונעם רוזשינער גזע. ביי די טישן וואס זענען געפראוועט געווארן אינמיטן דער וואך פלעגט ער טראגן א [[קאלפיק]].
אור ל[[ה' אייר]] [[ה'תשע"ז]] איז ער נפטר געווארן און באערדיגט געווארן אין דעם "נחלת יצחק" [[בית החיים]] אין [[גבעתיים]].
==קינדער==
*ד"ר מנחם מענדל משה לייב - א דאצענט אין דער "ספיר" אקאדעמיע און אויך אין דעם אקאדעמישן קאמפוס "אחווה". דער [[שרייבער|פֿאַרפֿאַסער]] פונעם בוך "חסידים וחסידות בתקופת בית שני ובתקופת המשנה" (חסידים און חסידות אין דער בית שני עפאכע, און אין דער עפאכע פון דער משנה).
*הרב ירמיהו - פון די גרינדערס פונעם שטאטישן קיבוץ "ראשית".
*הרב שמוליק - דער גרינדער פון די "הסדר" ישיבות און "מדרשיות" פאר מיידלעך אין [[ירוחם]] און אין נתיבות, און א געזעלשאפטליכער אקטיוויסט.
*בריגאדן-גענעראל הרב הושע - דער עמטליכער ממשיך פון זיין פאטער אלס פאשקאנער רבי.
*מרת שרה אפלבוים - א געזעלשאפטליכע אקטיוויסט, און פון די גרינדערס פונעם שטאטישן קיבוץ און בית מדרש "בית ישראל" אין דער גילה געגנט אין ירושלים.
{{יתום}}
{{DEFAULTSORT: פרידמן, ישראל שלום יוסף}}
[[קאַטעגאָריע:רוזשינער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:רומענישע רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]]
397nuf01v68bxxs8ceaxitihbeez146
עופר בערקאוויטש
0
53115
600962
600806
2026-06-15T09:06:15Z
פוילישער
339
600962
wikitext
text/x-wiki
{{יתום}}
{{אישיות
| ווייב = דינה בערקאוויטש-אמסלם
}}
[[טעקע:Hitorerut party 2013.jpg|250px|ממוזער|שלט בחירות 2013 פון התעוררות בירושלים]]
'''צבי עופר בערקאוויטש''' (געבוירן דעם [[26סטן יולי]] [[1983]]; [[כ"ו תמוז]] [[ה'תשמ"ג]]) איז דער פארזיצער פון דער "[[התעוררות בירושלים]]" פראקציע אין ירושלים, א מיטגליד פונעם [[ירושלים]] שטאטראט און איז געווען א קאנדידאט אין נאמען פון דער "התעוררות" פראקציע פאר בירגערמייסטער פון ירושלים אין 2018. געוועזענער וויצע־בירגערמייסטער פון ירושלים, עקאָנאָמיש אַנטוויקלונג און די שטאָט צענטער. אין די וואלן צו דער 24סטער כנסת, איז ער געלאפן אין נאמען פון דער [[נייער האפענונג]] פארטיי אויפן 13טן ארט אויף דער ליסטע, אבער ער איז נישט ערוויילט געווארן אין כנסת נאכדעם וואס די ליסטע האט באקומען נאר 6 זיצן.
==משפחה==
געבוירן צו זיין פאטער ד"ר שמואל בערקאָוויטש און זיין מוטער אילנה. בערקאוויטש איז באהעפט מיט אדוואקאט דינה אמסלם בערקאוויטש און א טאטע פון דריי קינדער. וואוינט אין שכונת [[נחלאות]] פון ירושלים.
[[קאַטעגאָריע:ישראלישע פאליטיקער]]
{{DEFAULTSORT:בערקאוויטש, עופר}}
4c6kijbjmoae7dbx1y5kfwjej4u55tn
תמר כלת יהודה
0
54935
600961
600804
2026-06-15T09:04:32Z
פוילישער
339
600961
wikitext
text/x-wiki
'''תָּמָר''' איז געווען די שנור פון [[יהודה]], די ווייב פון זיין זון ער, און די קאנקובינע פון זיין זון אונן. נאכדעם וואס יהודה האט זיך אפגעזאגט צו דערלויבן זיין דריטן זון צו מקיים זיין פליכט פון א קאנקובינע צו איר, איז תמר שוואנגער געווארן פון יהודה דורך א פארפירעריי און איז געווארן די מוטער פון זיינע קינדער, פרץ און זרח. צווישן אירע באמערקבארע אייניקלעך זענען [[אלישע]], בועז, [[דוד]], און יואב זון פון צרויה.
[[קאַטעגאָריע:פערזענלעכקייטן אין תנ"ך]]
761k2dy4u6efv9ahf8vz0r2m29bje5i